Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:49 pm

נו פאר אלע לאקאלע אייניקלעך....

Advertisement

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:54 pm

נו, הרחבת הדעת איז גארנישט?

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:56 pm

SPUSMN האט געשריבן:נו, הרחבת הדעת איז גארנישט?


יא. ביז י"ג מוז עס שוין זיין פארטיג. וואונטש איך דיר הצלחה.

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 3:30 pm

SPUSMN האט געשריבן:נו, הרחבת הדעת איז גארנישט?

און ווי גערעכט די ביסט ווען ניט דעם הרחבת הדעת פון דעם סוכה פארט מען די אלע יארען אזא
מרחק? מיין היי יעריגע סוכה וועט זיין אויף א פארטש וואס איז 4 מיט עפעס ברייט און 9 מיט עפעס לאנג
מער ווי מזומן צום בענשען וועל איך ניט האבען ביי א סעודה
צו שלאפען וועל איך מוזען ציזאמלייגען עם טוש
ווען איך שטעל ארויס א בילד פון דעם סוכה וועט זיך נאך מאכען א נייגעריגער און דורכפארען גאנץ בארא פארק
נור וואס טיט מען נישט פאר כיבוד אם

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 3:32 pm

גאנץ א נארמאלע סייז סוכה אין ברוקלין.

דער עיקר איר זאל מקיים זיין דעם ושמחת כדבעי בכל רמ"ח אברים ושס"ה גידים.

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:12 pm

farshlufen האט געשריבן:גאנץ א נארמאלע סייז סוכה אין ברוקלין.

דער עיקר איר זאל מקיים זיין דעם ושמחת כדבעי בכל רמ"ח אברים ושס"ה גידים.

אמן ואמן !!
והמברך יתברך בכפלי כפליים ווי די מאטעמםאטיקער זאגען
To the nth degree

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 8:25 pm

אפשר מאכט מען א קומזיץ כאטש איינאכט ביי קיקיון אין די סוכה?

מיטוואך ספטמבר 17, 2014 7:44 am

מ'וועט אים העלפען נאכדעם ארויסטראגען די טיש

מיטוואך ספטמבר 17, 2014 7:53 am

איך זעה גארנישט קיין פערמיט אדער בילד פון א סוכה?

מיטוואך ספטמבר 17, 2014 8:09 am

גערעדט מיט די SCHEDULING מענעידזשער פון נכדים קאנסטראקשון
זי וועט זיך מיזען דורך רעדען מיט דעפ BOSS ווי אזוי דאס באווייזען
בין בזמנים הייבט זיך ערשט אן עיו"כ און מען דארף דאך בויען די אייגענע סוכה אויך

זונטאג ספטמבר 21, 2014 11:57 am

דעם שב"ק אינדערפרי האב מיר מטלטל געוועזן א רעכט גרף של רעי, א בחינה פון "והנושא את נבלתם", טאקע איבערגאגאנגען אין מקוה נאכדעם, ב"ה פאר דעם.

זונטאג ספטמבר 21, 2014 12:02 pm

האפענטליך נישט אין עזרת נשים

זונטאג ספטמבר 21, 2014 12:36 pm

דעם שבת האבן מיר מטלטל געווען מוקצה כדי למנוע נזק. מיין שוין האלבוועגס - אויפגעבויטע סוכה און שלאק* איז עטוואס געשעדיגט געווארן פון שטארקע ווינטן און ס'האט געלויטעט א סכנה אויף די גאס גייער אז א האלץ וועט ח"ו אראפליען.

*לכבוד דעם וואס מיר רישן זזיך היינט אי"ה צו פארן קיין בעלזא אויף ר"ה און יום קדוש.

זונטאג ספטמבר 21, 2014 12:40 pm

ה' ישמור צאתך ובואך, זאלט איר האבען אויסגעבעטען א שנה טובה ומבורכת.

זונטאג ספטמבר 21, 2014 12:44 pm

אמן! אזוי אויך אלע יודן פון דעי וועלט און פון 'יענע' וועלט!

מאנטאג ספטמבר 22, 2014 7:52 am

נעכטען האבען מיר זיך פארגעזעהן שחרית ר"ה און אויך מסדר געווען די דרשה לרגל חג הסוכות הבעל"ט

מאנטאג ספטמבר 22, 2014 7:56 am

שתהא תפלתך שגורה בפחך
ודרשתך SUGAR באזני השומעים

מאנטאג ספטמבר 22, 2014 7:57 am

אמן!

מאנטאג ספטמבר 22, 2014 7:57 am

קיקיון האט געשריבן:האפענטליך נישט אין עזרת נשים

נע, די ווייבער שול האט נאכנישט געהאט עספיעט דאס צו זען און ווייסט נישט דערפון.

מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:13 pm

נכדים קאנסטראקשון האט שוין היינט ביים מיטאג בין הסדרים ארויפגעברענגט דעם
פרעים און פענעלס פון זיידי'ס סוכה'לע

מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:59 pm

אה, אידיש נחת כמשמעה.

מאנטאג ספטמבר 22, 2014 3:16 pm

farshlufen האט געשריבן:דעם שב"ק אינדערפרי האב מיר מטלטל געוועזן א רעכט גרף של רעי, א בחינה פון "והנושא את נבלתם", טאקע איבערגאגאנגען אין מקוה נאכדעם, ב"ה פאר דעם.

נקטה בצוציתה ואפקוה...

מיטוואך ספטמבר 24, 2014 10:42 am

פאר די וואס זיכען אן אמתלא מיר שרייבען א פערזענליכע ברכה
היינט איז מיין LEGAL BIRTHDAY
---
א פרטיותדיגע ברכת השנים פאר אלע ידידם
דער רבש"ע זאל ענק געבען אלעס וואס א איד דארף האבען מיט א שמיטשיק אריבער

מיטוואך ספטמבר 24, 2014 10:46 am

מזל טוב קיקיון. זאלסט עס פארציילען איבער א יאר נאכאמאל געזינטערהייט.

איך האב נאר געוואלט זאגען אז דערווייל פאסט מען נאך.

זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:29 am

גם אני מצטרף לברכות שיחולו על ראש הקיקיון
שלא יבוש המעין ולא יקצץ האילן ויעשה פרי ופירי פירות ופירי פירי פירות לטובה
שרייב א תגובה

Advertisement