Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג ספטמבר 01, 2013 3:38 am

לכתחילה! מען זעהט אז די חבורה ווערט שוין טאקע א לכתחילה אין די דרויסעדיגע וועלט....

Advertisement

זונטאג ספטמבר 01, 2013 8:19 am

msp האט געשריבן:לכתחילה! מען זעהט אז די חבורה ווערט שוין טאקע א לכתחילה אין די דרויסעדיגע וועלט....

פארגעסען טו"ת הייסט א לכחהלה ?

זונטאג ספטמבר 01, 2013 9:02 am

אז פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה האב איך זיך ארויסגעלאזט צו א שלום זכר ביי א ידיד, איך קום אן אינעם ביהמ"ד ווי די שלום זכר האט געזאלט פארקומען, אבער צו מיין שטוינונג האב איך בלויז געפינען אנגעפאקטע טישן מיט סידורים און ספרים, ס'איז בכלל נישט געווען דאס מינדעסטע אנדייטונג אז דא דארף צו זיין א שלום זכר.

איך גיי צי צום לוח המודעות נאכאמאל איבערליינען די מזל טוב'ס, אולי האב איך געמאכט א טעות און די שלום זכר איז ערגעץ אנדערש, אבער מיינע אויגן האבן מיר נישט גענארט... ס'שטייט קליפ און קלאר אז דא אין דעם ביהמ"ד ווי איך געפין זיך יעצט וועט זיין די שלום זכר פון בן הנולד אצל ידידי, און דערנעבן איז אויך געווען א געשריבן צעטל א פערזענליכע איינלאדענונג וואס האט ווידעראמאל קלארגעשטעלט אז אט אין דעם ביהמ"ד דארף צו זיין די שלום זכר.

די זייגער איז דאן געווען קרוב צו 11:00, קיין נפש חי' איז נישט געווען אין ביהמ"ד, גארנישט אנגעגרייט, אבער מיט אמונה ובטחון האב איך גענומען א חסידיש ספר און באשלאסן צו ווארטן א 15 מינוט, אולי וועט דער בעל שמחה באלד אנקומען...

וכך הוה, ביז א 10 מינוט בערך ווערט די טיר ברייט אויפגעפראלט, און דער בעל שמחה שטורעמט אריין מיט זיינע 4 בנים, שלעפענדיג צוויי אייער באקסעס... בליץ שנעל איז די סידורים און ספרים אראפגענומען געווארן פון די טישן, און די חברה האבן זיך גענומען אויסליידיגן די אינהאלט פון די באקסעס אויף די טישן ארויף, אזוי אז ביז צוויי דריי מינוט איז געווען אנגעגרייט כל טיב וטוב, פאפקארן, פעטיעטא טשיפס, ניסלעך, מאנדלעך, טשאקלאדן, פרוכט, זכר בונדלעך און ארבעס, ביר, סעלצער, סאדע וכו' וכו', מיר האבן טועם געווען לכבוד שבת און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און ביים ארויסגיין האבן מיר נאך אויספיעט צו אנטרעפן דעם נעקסטן אנקומענדן, וואס האט נישט געהאט דאס מינדעסטע אנונג אז פאר בלויז געציילטע מינוט צוריק איז קיין זכר פון א שלום זכר דארט נאכנישט געווען.

זונטאג ספטמבר 01, 2013 9:15 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קיין זכר פון א שלום זכר דארט נאכנישט געווען

דעם זכר האט ער ווארשיינליך געלאזט אינדערהיים מיט די קימפעטארן..

זונטאג ספטמבר 01, 2013 9:20 am

ידיד וואס ביסטע טאקע געגאנגען זוי שפעט?

זונטאג ספטמבר 01, 2013 9:57 am

אום 11 ביי א שלום זכר, אויף וואס און ווי אזוי אזוי פרי?

זונטאג ספטמבר 01, 2013 10:10 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אז פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה האב איך זיך ארויסגעלאזט צו א שלום זכר ביי א ידיד, איך קום אן אינעם ביהמ"ד ווי די שלום זכר האט געזאלט פארקומען, אבער צו מיין שטוינונג האב איך בלויז געפינען אנגעפאקטע טישן מיט סידורים און ספרים, ס'איז בכלל נישט געווען דאס מינדעסטע אנדייטונג אז דא דארף צו זיין א שלום זכר........

א הערליך בה"מ נישא דא קיין גליונות

זונטאג ספטמבר 01, 2013 10:12 am

נישט די איינציגסטע ביהמ"ד... ביי אונז אין שטאט איז דא פילע בתי מדרשים וואס זענען גליונות פריי.

זונטאג ספטמבר 01, 2013 11:48 am

אז הר"ר שלמה גבריאל פליישמאן שליט"א זינגט שוין ווידער אויף קול מבשר (די ניגון שטייטס אויף צו סליחות) 4-1-1 פון די מעין מעניו.

מאנטאג ספטמבר 02, 2013 7:35 am

אז מיין דרשה איז דא
viewtopic.php?f=5&t=20805

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 4:32 am

msp האט געשריבן:אז מיין דרשה איז דא
viewtopic.php?f=5&t=20805

ישר כוח...

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 7:39 am

א דאנק
איך האף אז דער עולם וועט נהנה זיין

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 8:47 am

יישר כח אייך פאר די לומד'ישע דרשה, חילך לאורייתא!

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 9:33 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:יישר כח אייך פאר די לומד'ישע דרשה, חילך לאורייתא!

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 12:56 pm

אז די באבע פון "ווארד" (יד"נ) איז געווען א פרא-מלחמה'טע.

מקור

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 1:07 pm

לץ וואס דו ביזט
איינער האט געשריבן אז פעלאסי דערציילט פאר איר אייניקל אז עס איז מלחמה, האב איך געשריבן אז דאס איז באבע מעשיות, ווייל די באבע דערציילט דאס פאר איר אייניקל. כאפטשע?

יעצט וויש אפ וואס דו האסט שמוציג געמאכט, אויב נישט וועט דיר מיין באבע נישט מוכל זיין

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 3:14 pm

וואו זעהסטו שמוץ דא? אלעס איז גע'קלין'ט לכבוד יו"ט!

יא מוכל נישט מוכל, א כסיבה וחסימה טובה.

דינסטאג ספטמבר 03, 2013 3:27 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:וואו זעהסטו שמוץ דא? אלעס איז גע'קלין'ט לכבוד יו"ט!

יא מוכל נישט מוכל, א כסיבה וחסימה טובה.

דו טשעפעסט שוין נאכאמאל,
באלד וועל איך אויך נישט מיכל זיין, איך מיין מוחה זיין, אופס... מוכל זיין

מיטוואך ספטמבר 04, 2013 7:53 am

בכל מכל כל

זונטאג ספטמבר 15, 2013 1:09 pm

כ'האב יום הקדוש זיך ג'קויפט אן עלי' און ג'מאכט א מי שברך פאר די צדיקים ביי וועם מיינע קינדער און אייניקלעך זענען
מסתופף
איך דארף זיי האבען לכה"פ ווי מיין אייגענער רבי

זונטאג ספטמבר 15, 2013 9:40 pm

אז איך האב געדאווענט היינט מעריב ביי א מנין ווי א חשוב'ער איד א ת"ח מופלג וירא שמים מרבים האט געדאווענט פארן עמוד, און עס האט געדויערט בלי גוזמא 25 מינוט אויפן זייגער, פון 9:40 ביז 10:05.

די מערסטע האט מיר באנומען ווי נאך די לאנגע שמו"ע וואס דער איד האט אראפגעלייגט בדמעות שליש אזש ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ס'איז נאך אלס יו"כ, האט ער נאכן אויסטרעטן זיך ארומגעקוקט צו די 11 מתפללים האבן שוין אויסגעטרעטן און ער קען זאגן קדיש, נישט האבענדיג דאס מינדעסטע קלער אז ער האט געדאווענט די לענגסטע פון אלע.

זונטאג ספטמבר 15, 2013 10:10 pm

ביסט א צדיק אז דו קענסט עס שרייבן אין אזא רואיגע טאן. איך וואלט אריין געקומען אין א צווייטע גיסטע..

דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:34 am

האב מיר נישט געהאט קיין ערקלערונג אויפן אנפראגע פונעם גוי'שן ארבייטס קאלעגע מיינעם "why are you so happy today?"

וואס זאל איך אים ערקלערן? אז:

מ'האב מיר געהאט א יוה"ק ומבטחנו שיצאנו זכאי בדין?

מ'האב מיר געהאט מוצאי יוה"ק ב"ה א שיינע לבנה?

מ'האב מיר שוין געלויבט דעם גרויסן בורא דריי פון די ד' מינים?

די נוי סוכה הענגט שוין בהדרו ב"ה?

ועכ"ז זכינו ב"ה צו כאפן א פארטאגס היינט?

אדער אז מיר האלטן נאך איידערן ראשון לחשבון עוונות?

דינסטאג ספטמבר 17, 2013 12:07 pm

און [ווייל] ער האט קיין מינדעטסע באגריף וואס שמחה מיינט.

דינסטאג ספטמבר 17, 2013 12:18 pm

זענט איר פארמישט אין אן עקסידענט? ווערט נישט פארלוירן, פארבינדט אייך מיט שנאפס און שיקט אים אריין די בילדער תיכף ומיד ער וועט קעירנעמען דערפון עצהיו"ט.

#סתם
שרייב א תגובה

Advertisement