גריסן און שמועסן
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:49 am
אז היינט פרייטיג כי תבא, 74 יאר צוריק (תרצ"ט) האבען די דייטשען ימח שמם וזכרם אריין מארשירט קיין פוילין און גלייך זיך גענומען אויסהרג'ענען די אידען.
השם ינקום דמם
Advertisement
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:54 pm
SPUSMN האט געשריבן:אז היינט פרייטיג כי תבא, 74 יאר צוריק (תרצ"ט) האבען די דייטשען ימח שמם וזכרם אריין מארשירט קיין פוילין און גלייך זיך גענומען אויסהרג'ענען די אידען.
השם ינקום דמם
ארץ ארץ אל תכסי דמם!
אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך!
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:57 am
אז איך האב היינט צופרי זיך באגעגנט מיט הר"ר דוד שמידל שליט"א ווי ער איז געווען סנדק ביי א ברית.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 7:07 am
אז נעכטען איז געווען א באנק-חגא אין ענגלאנד
און מיר האבען צוגעגרייט א דרשה אויף חג הסוכות הבעל"ט
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:49 pm
...אז איך האב היינט אפגעהאלטן א שטיקל שמועס מיט אנעים דורכן שיקן וואויס נאוטס הין און צוריק.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:50 pm
כ'מעג דיך עפעס זאגן?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:55 pm
יא.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:55 pm
אזוי דא אין פאבליק?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:57 pm
יא.
אדער אישי, גוגל טאלק, אימעיל, אדער קענסטו שיקן א וואויס נאוט אין אימעיל א_ווי אנעים האט געטוהן.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:58 pm
איך בין נישט געגאנגען וואו דו האסט מיר געשיקט דעמאלטס... כ'ווארט נאך ווי א נאר אפילו האלסט מיך עס נישט ביים מאכן....
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:11 pm
פארוואס טאקע?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:13 pm
כאניש זויפיל טראסט אין זיי ווי דיר
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:13 pm
וואס איז שייך טראסט? האסט מורא זיי וועלן פארדרייען די ניגון?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:15 pm
ווער ווייסט....
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:15 pm
דאן קיפ אן ווארטונג...
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:17 pm
איי עם ווארטונג נאו פראבלעם
עכט ווילעכדיכזיך מאכן ברעכן יעצט פאר ר"ה אז אפשר דאך (מיינסט ס'געלונגען ביז יעצט וועטעס יעצט יא געלונגען?)
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:32 pm
..איך האב נעכטן געגעסן א לאליפאפ, און נישט געפאלגט די מאמע'ס אנווייזונג נישט צו קייען... און עס וועט מיר מעגליך קאסטן אסאך געלט צו פארריכטן א כמו-קרוין וואס איז ארויסגעפאלן לחצאין...
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:37 pm
אז היינט האט מען בעזהשי"ת מסיים געווען מס' תמורה און אנגעהויבן מס' כריתות.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:55 pm
שיין שיין! זאלסטו זוכה זיין מסיים צו זיין נאך פילע מסכתות!
די לאליפאפ איז געווען לכבוד דעם סיום?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:58 pm
אופס.. יעצט זע איך אז די מעשה מיט די לאליפאפ איז געווען נעכטן...
עניוועי, קאנטאקט מנחם שלום..
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:01 am
לכאורה האט געשריבן:אז היינט האט מען בעזהשי"ת מסיים געווען מס' תמורה און אנגעהויבן מס' כריתות.
בארעך האשעם!!
שטייגינג עוועי!!
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:40 am
מזל טוב הרב לכאורה, כתר תורה ראוי לך
כתר שן ווייס איך נישט.....
א לאליפאפ איז צום טשמאטשקען.....
נישט קייען און בייסען....
אין חכם כבעל הנסיון
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:53 am
די לאליפאפ איז געווען צום סיום פון די פילינג...
ב"ה דער דענטיסט האט מיר געלייגט א צייטווייליגע שמוטשיק וואס זאל פארהיטן דאס צינג פון זיך צוקראצן פון דעם האלבן פילינג וואס שטארט ארויס, מען האפט ביז אפאר וואכן צו הערן תשובה פון די אינשורענס אויב זיי וועלן באצאלן דעם קרוינ'דל וואס ער וויל שטעלן.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:17 pm
אזוי ווי עס האט זיך פארשפרייט די גבולת הקדושה, און די קהילה איז זיך שיין צווואקסען, פאנגט מען אן צוצושטעלען סערוויסעס פארן ברייטען ציבור! מען האפט בקרוב צו האבן אלע סארט "ציבור'שע" סערוויסעס.
די ערשטע זאך האט מען שוין איינגעהאנדעלט, אויב איינער פארגעסט זיינ'ס אינדערהיים.
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:23 pm