Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:51 pm

וכל טוב סלה!

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:02 pm

msp האט געשריבן:ברכה והצלחה!

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:42 am

איך האב געזעהן אין המבשר אז מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל האט אריגינעל שטארק געשטופט פאר אנערקענונג ביי די ענגלישע רעגירונג פאר די עדה החרדית, אבער ווען ער האט אויסגעפונען אז די רעגירונג איז למעשה דערגעגען האט ער באשלאסען שב ואל תעשה עדיף, ווייל עס גייט אריין אין התגרות באומות

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:24 am

דערמאנונג פאר די אלע וואס זייערע ווייבער זענען נאך אין די קאנטרי און קומען אהיים אי'ה נאך שבת.
1) געבן א מאך די בעט. מוז נישט אזוי שיין און פונקליך. אבער כאטש אויסגעשאקלט.
2) ארויסטראגן די נעגל וואסער.
3) אראפנעמן פון טיש די אלטע סאפערס און געניצטע קאפס.
(אזוי אויך ארויסנעמען אלע צוגעגרייטע עסן פון פריזער און ארויסווארפן).
4) פארפאקן די ציגערטל שאכטלן.
5)פארלירן אלע אנגעזאמעלטע מאגאזינען.
6) מאכן זיכער עס איז נישטא קיין רעסיטס אין די לעדלעך אדער טאשן.
7) אראפנעמען די ליידיגע פעשעלעך ביר פונעם טיש.
8) נישט פארגעסן די גרויסע ברוכים הבאים סיין.

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:03 pm

טייבעלע האט געשריבן:ב"ה, מיר האבן באשטעלט די נייע ווערסיע פונעם עם-זעכצען פאר אונזער קומעדיגע מיסיע.

מיר האבן דאס ערהאלטן, מען האט זיך שוין געפארעט דערמיט, א געשמאקער כלי.

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:20 pm

אזוי ווי מיר האלטן שוין גאר נאנט צום יום הדין, דער הייליגער יו"ט ראש השנה, ווילן מיר איבערבעטן אויב מיר האבן ח"ו איינעם וויי געטוהן בכל אופן שהוא, אזוי ווי איהר זענט מיר מוחל במחילה גמורה, זאל אייך דער בוכ"ע אויך מוחל זיין אויף אלץ, איהר זאלט אלע זוכה זיין צו א זיס יאר, און א גוט גבענטשט יאר, א כתיבה וחתימה טובה.

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:34 pm

דאס דארף צו זיין א דזשאוק אדער וואס? טייבעלע דארף איבערבעטן? טייבעלע האט דען אין זיין לעבן אמאל איינעם וויי געטאן? ער ווייסט אפי' וויאזוי מ'טוט דאס?

אבער אז איר בעט וויל איך אייך נישט אפזאגן, אויב בין איך אפשר אפשר אמאל געטשעפעט געווארן פון אייך בין איך אייך מוחל בלב שלם, און איר זאלט האבן א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטשט זיס לעכטיג יאר!

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:54 pm

ווייסט דאך ידיד, עס קען זיך אמאל מאכען מען גייט ארויס אויפן גאס ציכטיג און ריין, א ביישפיל ערב יוה"ק פארנאכטס אויף דער וועג צום שיהל, די גאנצע בריאה קוקט דאך דאן אויס אזוי איידעל, מען גייט אזוי אויפן גאס אנגעטוהן מיט דער שניי ווייסער קיטל, עס איז ציכטיג און ריין, שיין אויסגעביגלט, מיט דער טלית ארויף אויף אקסלען, מען גייט אזוי מיט אן אינטערטעניגטען הארץ, הכנעה און שפלות צום בו"ע, מען קוקט זיך איין אין דער שיינער בריאה וואס דער בו"ע האט באשאפען.

והנה און אט זעהט מען ווי די טייבעלעך און פייגעלעך שפאצירן זיך אזוי גמיטליך, און דערביי זינגען זיי זיך אינטער א מעלאדע, עס הערט זיך יום כיפור'דיג, עס שיינט די בריאה אין יענעם מאמענט, מען טראכט ביי זיך, ווי וואויל איז פאר די טייבעלעך און פייגעלעך, מען פראבירט זיי נישט צושטערען זייער רוה, זייער זיסער געזאנג וואס זיי זינגען.

און פלוצים א טייבעלע הייבט אן פאכען מיט די פליגלעך, א באוועגונג פאר זי הייבט זיך אויף צו פליען, די אויגן קוקט עס נאך, מען קוקט זיך איין ווי די טייבעלע הייבט זיך און פליעט, אבער דא גשעהט אזוי אומגערישט א טראגעדיע, און ערשט שפעטער א וויילע געפינט מען אויס פון דער טראגעדיע, דאס איז ווען מען טרעפט א קליינער פלעקעל וואס דער פריערדיגער זיסער טייבעלע האט איבערגעלאזט אויף דער שניי ווייסער קיטל, בשעת דער גשעהעניש האט מען נישט געוויסט פון דער פלקעל, דאס קומט שפעטער, אויף אזוינע זאכען דארף מען דאך אויך איבערבעטען.

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:17 pm

זיס!

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:30 pm

טייבעלע האט געשריבן:ווייסט דאך ידיד, עס קען זיך אמאל מאכען מען גייט ארויס אויפן גאס ציכטיג און ריין, א ביישפיל ערב יוה"ק פארנאכטס אויף דער וועג צום שיהל, די גאנצע בריאה קוקט דאך דאן אויס אזוי איידעל, מען גייט אזוי אויפן גאס אנגעטוהן מיט דער שניי ווייסער קיטל, עס איז ציכטיג און ריין, שיין אויסגעביגלט, מיט דער טלית ארויף אויף אקסלען, מען גייט אזוי מיט אן אינטערטעניגטען הארץ, הכנעה און שפלות צום בו"ע, מען קוקט זיך איין אין דער שיינער בריאה וואס דער בו"ע האט באשאפען.

והנה און אט זעהט מען ווי די טייבעלעך און פייגעלעך שפאצירן זיך אזוי גמיטליך, און דערביי זינגען זיי זיך אינטער א מעלאדע, עס הערט זיך יום כיפור'דיג, עס שיינט די בריאה אין יענעם מאמענט, מען טראכט ביי זיך, ווי וואויל איז פאר די טייבעלעך און פייגעלעך, מען פראבירט זיי נישט צושטערען זייער רוה, זייער זיסער געזאנג וואס זיי זינגען.

און פלוצים א טייבעלע הייבט אן פאכען מיט די פליגלעך, א באוועגונג פאר זי הייבט זיך אויף צו פליען, די אויגן קוקט עס נאך, מען קוקט זיך איין ווי די טייבעלע הייבט זיך און פליעט, אבער דא גשעהט אזוי אומגערישט א טראגעדיע, און ערשט שפעטער א וויילע געפינט מען אויס פון דער טראגעדיע, דאס איז ווען מען טרעפט א קליינער פלעקעל וואס דער פריערדיגער זיסער טייבעלע האט איבערגעלאזט אויף דער שניי ווייסער קיטל, בשעת דער גשעהעניש האט מען נישט געוויסט פון דער פלקעל, דאס קומט שפעטער, אויף אזוינע זאכען דארף מען דאך אויך איבערבעטען.


און אזא צייט לויבט מען דער באשעפער אז קוען פליען נישט...

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:37 pm

מילכיגער האט געשריבן:און אזא צייט לויבט מען דער באשעפער אז קוען פליען נישט...

כידועה אז נוטען האט "געכאפט" די מושג פון גראוועטי, ווען ער איז געזעצען אונטער א בוים, און א עפל איז אראפ געפאלען אויף אים! זאגן לצים, אז חוץ גרעוועטי איז ער געוואור געווארן נאך עפעס, "פארוואס רויטע מעלאונע וואקסט אויף דער ערד"!!

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:43 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:און אזא צייט לויבט מען דער באשעפער אז קוען פליען נישט...

כידועה אז נוטען האט "געכאפט" די מושג פון גראוועטי, ווען ער איז געזעצען אונטער א בוים, און א עפל איז אראפ געפאלען אויף אים! זאגן לצים, אז חוץ גרעוועטי איז ער געוואור געווארן נאך עפעס, "פארוואס רויטע מעלאונע וואקסט אויף דער ערד"!!


;l;p-

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:36 am

לוי יצחק האט געשריבן:זיס!

געוואלדיג אראפגעלייגט טייבעלע, כ'האב אפילו אנגעהויבן צו טראכטען אז אפשר האסטו טאקע איינעם אנגעפלעקט...

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:26 am

טאקע איז יעצט די צייט איבער צו בעהטען אלעמען אויב מען איינעם וויי געטוהן
און מיר זאלען אלע צוזאמען זוכה זיין נאך היי יאהר אויפגעראכטען ווערען בכלליות ובפרטיות

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:15 am

טייבעלע, איר זאלט האבן הצלחה אין אייער מיסיע און אהיימקומען בשלום.

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:42 am

....איך זעה אז טייבעלע האט געטוישט זיין אוועטער צו א פליענדע טייבעלע מיט א זעקל צווישן די פיס, יעצט כאפ איך דאס טוט אנדייטן אז ער פליעט אויף א מיסיע, ווארום פאריאר ווען ער איז געפארן אויף די מיסיע האט ער אויך געהאט דיזע אוועטער.

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:48 am

מיט אן עלה של זית אין מויל, האפענטליך ברענגט ער גוטע נייעס.

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:56 am

אז ידידינו יוראפ האט אין די לעצטע צוויי וואכן {דערווייל} געשריבן 1155 תגובות, און אין די לעצטע 4 וואכן 2065 תגובות.

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:00 pm

וועכע פראגרעם נוצטו דערפאר, ממילא די וועטער איז אויפן עתיד אבער דעיס איז דאך אויפן עבר?

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:04 pm

והלא הדברים קל וחומר, מה דאך עתיד כ"ש עבר.

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:12 pm

מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:און אזא צייט לויבט מען דער באשעפער אז קוען פליען נישט...

כידועה אז נוטען האט "געכאפט" די מושג פון גראוועטי, ווען ער איז געזעצען אונטער א בוים, און א עפל איז אראפ געפאלען אויף אים! זאגן לצים, אז חוץ גרעוועטי איז ער געוואור געווארן נאך עפעס, "פארוואס רויטע מעלאונע וואקסט אויף דער ערד"!!


;l;p-

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:18 pm

יא, טאקע פארגעסען.

פאר אלע, א ;l;p-

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:21 pm

msp האט געשריבן:איך האב געזעהן אין המבשר אז מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל האט אריגינעל שטארק געשטופט פאר אנערקענונג ביי די ענגלישע רעגירונג פאר די עדה החרדית, אבער ווען ער האט אויסגעפונען אז די רעגירונג איז למעשה דערגעגען האט ער באשלאסען שב ואל תעשה עדיף, ווייל עס גייט אריין אין התגרות באומות

אז זאלסט נישט גלייבן קיין איין ווארט פון המבשר, ספעציעל ווען ער שרייבט וועגן די נקיי הדעת פון אלט ירושלים

דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:26 pm

איך ווייס נישט אויף דעם ספעציפיש אבער המבשר האט די ארכיווען פון אגוי"י בא"י און דארט איז דא א ים פון אורגינאלע חומר. פערזעליך האב איך נאכנישט געכאפט די המבשר ביי קיין ליגענט משא"כ די סאטמארע צייטונגען וואס כמעט יעדע בלאט האט כאטשיק איין שקר.

פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:35 am

איך האב שוין געזען נעכטן א איד מיט א שאל, הייבט זיך אן די כאזאנעליייטעס
שרייב א תגובה

Advertisement