בלאט 116 פון 213

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:44 pm
דורך מאנ-יימער
וואס מאכט די מנהג פאר א טוב?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:54 pm
דורך פליגל
כ'אס גראדע יא געשריבן דארט אבער אויפגעהערט נאכדעם וואס איינער האט סאנטאזשירט דעם אשכול (מיטן לייגן א קוועסשאן מארק וואס באדייט אז ער ערווארט אן ענטפער).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:09 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'שרייב אויך נישט דארט.... נאר אויב כ'האב עפעס מווווורעדיג וויכטיג צו זאגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:08 pm
דורך שמאטע
איך טריי אויס וויאזוי ס'שרייבט זיך אין דיזע אשכול אן האבן עפעס ס'פאסיפיק אויפן געדאנק,

טעסטינג! טעסטינג!
יא, קוקט אויס ווי ס'ארבייט, ב"ה פאר דעם!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:41 pm
דורך לוי יצחק
איז דאס א פעטיציע אדער א מערכה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:13 pm
דורך פליגל
פאר פעטיציעס איז דא די אנקעטע אפציע און מערכות זענען פארבאטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:43 pm
דורך קיקיון
שלאפן.
prakdin.PNG
prakdin.PNG (10.36 KiB) געזעהן געווארן 450 מאל

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 9:44 am
דורך קיקיון
קש"ע סימן ע"א סעיף ה
.
.... וצריך ליזהר מאד להרגיל את עצמו לשכב על צדו, ואיסור גדול לשכב פרקדן, דהיינו גבו למטה ופניו למעלה, או בהיפוך פניו למטה וגבו למעלה אלא דוקא על צדו....

prakdin.PNG

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 9:58 am
דורך msp
מען גרייט זיך צו א שיינעם שבת

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:34 pm
דורך SPUSMN
אז איך האב נעכטען גע'ענדיגט ליינען רבי אביגדור מיללער'ס ביך "A Divine Madness" און עס איז מוראדיג מוראדיג. יעדער טראכטענדיגער איד וואלט עס געדארפט ליינען, ספעציעל זיין אויספיר.

כ'האף עס אויס צו שמועסען אין א אשכול געווידמעט פאר דעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
SPUSMN האט געשריבן:אז איך האב נעכטען גע'ענדיגט ליינען רבי אביגדור מיללער'ס ביך "A Divine Madness" און עס איז מוראדיג מוראדיג. יעדער טראכטענדיגער איד וואלט עס געדארפט ליינען, ספעציעל זיין אויספיר.

כ'האף עס אויס צו שמועסען אין א אשכול געווידמעט פאר דעם.

זייער גוט, כ'האב געהאפט איינער וועט שרייבן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:43 pm
דורך msp
אז איך בין היינט אריבער א פחד
איך האב געדאווענט מנחה פאר דעם עמוד ביים פשעווארסקער רבי שליט"א'ס מנין
און שפעטער שלום גענומען און ער האט מיר אהנגעווינטשען אז די נשמה זאל האבען אנ'עלייה
און אז זי [מיין מאמע ע"ה] זאל זיין א מליצה ישרה

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
ולפחד מה זו עושה??

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:55 pm
דורך msp
יראת הכבוד
און נערוועזיקקייט פון נישט צו טוהן כראוי וכנהוג בחצרות פשעווארסק

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:11 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:יראת הכבוד
און נערוועזיקקייט פון נישט צו טוהן כראוי וכנהוג בחצרות פשעווארסק

אה, הייסט עס יראת הכבוד, זייער שיין.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:15 pm
דורך לוי יצחק
יראה מיט פחד איז נישט ממש די זעלבע זאך.
א יראה פון'ם רבי'ן, און א פחד פון א טעות.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:21 pm
דורך ידיד
לפניו נעבוד ביראה ופחד

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:37 am
דורך msp
איר דארפט פארשטיין
דאס איז געווען א מנין ביים רבי'ן אין שטוב
נישט אין ביהמ"ד
מאכט עס נאך מער מורא

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:21 am
דורך טייבעלע
בעזרתו ית"ש גרייט מען זיך אויף די מיסיע, און אט אט קומט דער מאמענט, זאל דער בוית"ש אונז שיקן סייעתא דשמיא, אונז באגלייטן אויף טריט און שריט, מען דארף האבן רחמים רבים, הרי אמחז"ל כל דרכים בחזקת סכנה, און אז מען גייט אויף אזוינע מיסיעס דארף מען האבן שמירה מעולה, א שמירה אפי' קעגען רוחות שאינן מצויות, מען קען קיינמאל וויסן וואס דער קימענדיגער טריט קען ברענגן, זאל דער בוית"ש אונז באוואכען און אפהיטען מיט א שמירה עליונה, און עס זאל נישט פאסירן קיין שום שלעכטס בייטאג און ביינאכט, וואו אימער מיר וועלען זיין, און אינטער סיי וועלעכען אומשטענדען.

זאל אונז דער בו"ע אפהיטן אויף דער גאנצער וועג פון דער מיסיע, און אונז ארומנעמען מיט זיין פאנצער אונז צי שיצען פון אלעם וואס קען זיך טרעפען, בזכות די אחדות ורעות וואס מיר האלטן זיך דא צוזאם, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלו', ושבתי בשלו' בנשמה ברוח ובנפש ובגוף, און מיר זאלן קענען בלייבן אן בן נאמן צום טאטן אין הימ"ל.

מיט אייערע תפלות אויף אונז וועלען מיר האבן סייעתא דשמיא, ביטע זייט מתפלל אז מיר זאלן ניצול ווערען מכל המקרים וואס קאן אונז אנטרעפן אויף די וועגען וואס מיר גייען, און מיר זאל גיך און שנעל פארענדיגן די מיסיע, מיט הצלחה אויף אלע פראנטן, און קענען צוריק קומען בסייעתא דשמיא א ריכטיגער העלד.

א תפילה מיינט נישט דייקא א פרק תהלים, מען קען זיצן אין שטוב אדער ביים ראד, און זיך אנרופן אויף מאמע לשון טאטע היט אפ טייבעלע וכדו'.

א דאנק אייך אלע מיינע טייערע ליבע נאנטע הארציגע ברידער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:32 am
דורך יוראפ
עמיר אייך אוודאי אי"ה אינזין האבן אבער פארגעסט נישט צוריקקומען זאגן די גוטע ענדע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:34 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אז היינט ביים איינקויפן אין געשעפט איז מיין אויג געפאלן אויפן לעמאנאדע געטראנק וואס איך האב שוין היפש לאנג נישט געטרינקען, שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז היינט איז National Lemonade Day.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:37 am
דורך יוראפ
כ'האף אז ס'האט זיך נישט צו שטארק צוקלאפט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:42 am
דורך למעלה משבעים
זאל דער אויבערשטער העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:54 am
דורך טייבעלע
אמן!

א דאנק אייך אויף די הארציגע ברכות.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:35 pm
דורך msp
ברכה והצלחה!