גריסן און שמועסן
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:44 pm
וואס מאכט די מנהג פאר א טוב?
Advertisement
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:54 pm
כ'אס גראדע יא געשריבן דארט אבער אויפגעהערט נאכדעם וואס איינער האט סאנטאזשירט דעם אשכול (מיטן לייגן א קוועסשאן מארק וואס באדייט אז ער ערווארט אן ענטפער).
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:09 pm
כ'שרייב אויך נישט דארט.... נאר אויב כ'האב עפעס מווווורעדיג וויכטיג צו זאגען.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:08 pm
איך טריי אויס וויאזוי ס'שרייבט זיך אין דיזע אשכול אן האבן עפעס ס'פאסיפיק אויפן געדאנק,
טעסטינג! טעסטינג!
יא, קוקט אויס ווי ס'ארבייט, ב"ה פאר דעם!
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:41 pm
איז דאס א פעטיציע אדער א מערכה?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:13 pm
פאר פעטיציעס איז דא די אנקעטע אפציע און מערכות זענען פארבאטן.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:43 pm
שלאפן.

- prakdin.PNG (10.36 KiB) געזעהן געווארן 450 מאל
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 9:44 am
קש"ע סימן ע"א סעיף ה
.
.... וצריך ליזהר מאד להרגיל את עצמו לשכב על צדו, ואיסור גדול לשכב פרקדן, דהיינו גבו למטה ופניו למעלה, או בהיפוך פניו למטה וגבו למעלה אלא דוקא על צדו....
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 9:58 am
מען גרייט זיך צו א שיינעם שבת
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:34 pm
אז איך האב נעכטען גע'ענדיגט ליינען רבי אביגדור מיללער'ס ביך "A Divine Madness" און עס איז מוראדיג מוראדיג. יעדער טראכטענדיגער איד וואלט עס געדארפט ליינען, ספעציעל זיין אויספיר.
כ'האף עס אויס צו שמועסען אין א אשכול געווידמעט פאר דעם.
לעצט פאראכטן דורך
SPUSMN אום פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:32 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:20 pm
SPUSMN האט געשריבן:אז איך האב נעכטען גע'ענדיגט ליינען רבי אביגדור מיללער'ס ביך "A Divine Madness" און עס איז מוראדיג מוראדיג. יעדער טראכטענדיגער איד וואלט עס געדארפט ליינען, ספעציעל זיין אויספיר.
כ'האף עס אויס צו שמועסען אין א אשכול געווידמעט פאר דעם.
זייער גוט, כ'האב געהאפט איינער וועט שרייבן.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:43 pm
אז איך בין היינט אריבער א פחד
איך האב געדאווענט מנחה פאר דעם עמוד ביים פשעווארסקער רבי שליט"א'ס מנין
און שפעטער שלום גענומען און ער האט מיר אהנגעווינטשען אז די נשמה זאל האבען אנ'עלייה
און אז זי [מיין מאמע ע"ה] זאל זיין א מליצה ישרה
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:53 pm
ולפחד מה זו עושה??
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:55 pm
יראת הכבוד
און נערוועזיקקייט פון נישט צו טוהן כראוי וכנהוג בחצרות פשעווארסק
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:11 pm
msp האט געשריבן:יראת הכבוד
און נערוועזיקקייט פון נישט צו טוהן כראוי וכנהוג בחצרות פשעווארסק
אה, הייסט עס יראת הכבוד, זייער שיין.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:15 pm
יראה מיט פחד איז נישט ממש די זעלבע זאך.
א יראה פון'ם רבי'ן, און א פחד פון א טעות.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:21 pm
לפניו נעבוד ביראה ופחד
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:37 am
איר דארפט פארשטיין
דאס איז געווען א מנין ביים רבי'ן אין שטוב
נישט אין ביהמ"ד
מאכט עס נאך מער מורא
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:21 am
בעזרתו ית"ש גרייט מען זיך אויף די מיסיע, און אט אט קומט דער מאמענט, זאל דער בוית"ש אונז שיקן סייעתא דשמיא, אונז באגלייטן אויף טריט און שריט, מען דארף האבן רחמים רבים, הרי אמחז"ל כל דרכים בחזקת סכנה, און אז מען גייט אויף אזוינע מיסיעס דארף מען האבן שמירה מעולה, א שמירה אפי' קעגען רוחות שאינן מצויות, מען קען קיינמאל וויסן וואס דער קימענדיגער טריט קען ברענגן, זאל דער בוית"ש אונז באוואכען און אפהיטען מיט א שמירה עליונה, און עס זאל נישט פאסירן קיין שום שלעכטס בייטאג און ביינאכט, וואו אימער מיר וועלען זיין, און אינטער סיי וועלעכען אומשטענדען.
זאל אונז דער בו"ע אפהיטן אויף דער גאנצער וועג פון דער מיסיע, און אונז ארומנעמען מיט זיין פאנצער אונז צי שיצען פון אלעם וואס קען זיך טרעפען, בזכות די אחדות ורעות וואס מיר האלטן זיך דא צוזאם, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלו', ושבתי בשלו' בנשמה ברוח ובנפש ובגוף, און מיר זאלן קענען בלייבן אן בן נאמן צום טאטן אין הימ"ל.
מיט אייערע תפלות אויף אונז וועלען מיר האבן סייעתא דשמיא, ביטע זייט מתפלל אז מיר זאלן ניצול ווערען מכל המקרים וואס קאן אונז אנטרעפן אויף די וועגען וואס מיר גייען, און מיר זאל גיך און שנעל פארענדיגן די מיסיע, מיט הצלחה אויף אלע פראנטן, און קענען צוריק קומען בסייעתא דשמיא א ריכטיגער העלד.
א תפילה מיינט נישט דייקא א פרק תהלים, מען קען זיצן אין שטוב אדער ביים ראד, און זיך אנרופן אויף מאמע לשון טאטע היט אפ טייבעלע וכדו'.
א דאנק אייך אלע מיינע טייערע ליבע נאנטע הארציגע ברידער.
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:32 am
עמיר אייך אוודאי אי"ה אינזין האבן אבער פארגעסט נישט צוריקקומען זאגן די גוטע ענדע
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:34 am
אז היינט ביים איינקויפן אין געשעפט איז מיין אויג געפאלן אויפן לעמאנאדע געטראנק וואס איך האב שוין היפש לאנג נישט געטרינקען, שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז היינט איז National Lemonade Day.
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:37 am
כ'האף אז ס'האט זיך נישט צו שטארק צוקלאפט
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:42 am
זאל דער אויבערשטער העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:54 am
אמן!
א דאנק אייך אויף די הארציגע ברכות.
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:35 pm
ברכה והצלחה!