גריסן און שמועסן
מיטוואך פבואר 22, 2012 3:06 pm
אז שלומי'ס אשכול איז "איך האב געעפנט א ספר" וכו', און ס'נישט עפעס מורא'דיג אינטרעסאנט...
Advertisement
מיטוואך פבואר 22, 2012 3:23 pm
עס קען זיך מאכן ביי די שענסטע און די בעסטע
מיטוואך פבואר 22, 2012 3:30 pm
שלומי איז גערעכט, און הכל תלוי במזל אפילו................
מיטוואך פבואר 22, 2012 3:32 pm
בני ברק'ער האלט שוין נאך צוויי פלעשער גוטע ביער
מיטוואך פבואר 22, 2012 3:36 pm
אוי אוי, טייבעלע, ס'שרייבט זיך גאר אנדערש...
מיטוואך פבואר 22, 2012 3:40 pm
מיטוואך פבואר 22, 2012 9:55 pm
אין אשכול "
נישט ערלויבט צי שרייבן קיין 1 ווארט" דארף מען נישט שרייבן דארט גארנישט, מ'קען שרייבען אויף א צווייט פלאץ, און דערנאך שרייבן פינטלאך וכדו' אינעם אשכול און דאס געבען א לינק צום פלאץ ווי דו האסט געשריבען.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:33 am
מיטוואך נאכמיטאג האב איך דאס געשריבען "לחיים בני ברק'ער היצטער געטרינקען א ביסעלע משקה לכבוד ראש חודש" האט זיך איינער זייער באמיעט זיך אראפ צולאזען און מיר שרייבען אין אישי טאמער פאר מיר איז שוין ראש חודש,
זעהט אויס אז עס האט איהם שטארק געשטערט אז איך האב געטרינקען א ביסעלע משקה אין מיטען טאג זיך מיט צופרייען מיט בני ברק'ערס שמחה, א מענטש קען פארלירען די קלוגשאפט פון קאפ אמאל, זעהט אויס.
פארשטייט זיך אז איך האב איהם געענטפערט אז איך האב נישט געשריבען אין קיין איין פלאץ אז פאר מיר איז ראש חודש, כ'האב געמיינט אז ער האט נישט גוט פארשטאנען, אלטס והייתם נקיים האב איך איהם אופריכטיג געמאכט,
אבער אויף דעם האט ער אויך געהאט אן אנטווארט, אז איך דארף זיך נישט פארענטפערען פאר איהם, כאילו ער איז געוועהן גערעכט און איך האב זיך געוואלט פארענטפערען,
האב איך מחליט געוועהן אז פון היינט אהן אז איך באקום פון איהם אדער פון זיין גלייכען אין אישי גייט עס ווערען אויסגעמעקט נאך פארען ליינען עס איז א שאד די שרייבען אפילו.
איך האב עס געשריבען דא מען זאל זיך אכטונג געבען, ולמען ישמעו.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:45 am
טייבעלע, יענער איז נעריש מקען דאך זעהן אויף די מוצאישבת תגובות בערך ווי מען וואינט.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:57 am
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:טייבעלע, יענער איז נעריש מקען דאך זעהן אויף די מוצאישבת תגובות בערך ווי מען וואינט.
נעריש געוועהן אויף א מינוטקאלע, איך האב געטראכט אגאנצען טאג צו דאס צו שרייבען אדער נישט, און מחליט געוועהן אז יא, ווייל עס קען זיין ס'דא אזוינע וואס וועלען נעמען די סארט פריוואטע מעלדונגען פערסענאל, בין איך געוועהן דער קופץ בראש, אז טאמער א צווייטער וועט האבען צוטוהן מיט אזוי איינעם זאל ער זיך נישט וויסענדיג מאכען און אפילו נישט ענטפערען.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 3:45 am
בני ברק'ער האט געשריבן:אז שלומי'ס אשכול איז "איך האב געעפנט א ספר" וכו', און ס'נישט עפעס מורא'דיג אינטרעסאנט...
אז ס'איז נאך אזוי אינטרעסאנט ווי מטאר נישט שרייבען איין ווארט אדער איינס טאר נישט האבען א שייכות מיטן צווייטען אדער דער שטומער אשכול וכן הלאה..............
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 7:01 am
אז איך וועל טאקע מוזען אויפזוכען יענער אשכול און פאר מיר אליין באשליסען צו עס איז אינטערעסאנט....
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 10:57 am
msp האט געשריבן:אז איך וועל טאקע מוזען אויפזוכען יענער אשכול און פאר מיר אליין באשליסען צו עס איז אינטערעסאנט....
אז דו דארפסט נישט זיכען
דא האסטו עס
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:55 am
..דער בעל תפילה פון מיין מנין היינט ביי שחרית [א בחור] האט מיר נערווירט מיט זיין שטייטקייט
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:59 am
אז דאווענען לאנגזאם קען אמאהל זיין גוט
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:00 pm
.. די וואס דאווענען רוב יאר מיט תרח'ס מנין וואונטשן זיך שוין צו קענען דאווענען לאנגזאם
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:01 pm
דער הייליגער תניא שרייבט אז די צייט פון דאווענען פאר א בעה"ב דארף נעמען לכל הפחות שעה וחצי.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:01 pm
.. היינטיגע בעלי בתים זענען אנדערש ווי די אמאליגע
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:03 pm
קרעמער האט געשריבן:.. די וואס דאווענען רוב יאר מיט תרח'ס מנין וואונטשן זיך שוין צו קענען דאווענען לאנגזאם
יוש זאגסטו גוט איך האב געהערט פון אזא מנין, און מיט הלל אין קריה"ת נעמט דאס דאווענען נישט מער פון 35 מינוט.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:03 pm
..[אויך א שטיקל המשך צום פריערדיגן תגובה מיינע] דער רמב"ם שרייבט אז אן ארבייטער ארבעט 3 שעה א טאג און איז קובע עתים לתורה אויף 9 שעה א טאג
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:07 pm
קרעמער האט געשריבן:.. היינטיגע בעלי בתים זענען אנדערש ווי די אמאליגע
ביזט גערעכט: איך האב עס נאר געשריבען כדי לשבר את האוזן, מען זאל אריין טראכטען ווי זוי איז געוועהן אמאל און ווי זוי איז היינט,
מען דארף זיין בדרך הממוצע נישט יאגען און נישט קלאצען,
איך האב אמאל געהערט בשם דער הייליגער בית ישראל פון גור אז זריזות מיינט נישט לויפען, זריזות מיינט "נישט קלאצען" דאס הייסט נישט פעניען קיין צייט.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:42 pm
קרעמער האט געשריבן:.. די וואס דאווענען רוב יאר מיט תרח'ס מנין וואונטשן זיך שוין צו קענען דאווענען לאנגזאם
אז דאס איז טאקע אמת ומבשרי אחזה כאטשיק אויף שבת פראביר איך דאווענען לאנגזאם....
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 1:19 pm
מכטי1 האט געשריבן:בני ברק'ער האט געשריבן:אז שלומי'ס אשכול איז "איך האב געעפנט א ספר" וכו', און ס'נישט עפעס מורא'דיג אינטרעסאנט...
אז ס'איז נאך אזוי אינטרעסאנט ווי מטאר נישט שרייבען איין ווארט אדער איינס טאר נישט האבען א שייכות מיטן צווייטען אדער דער שטומער אשכול וכן הלאה..............
אז איך האב סתם געהאט אין מוט ארויף צו-גיין איף שלומי, ווייל ער האט שטאלצירט דא אז ער גייט עפענען אן אשכול ווער ווייסט וואס...
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 5:16 pm
אז לכבוד ראש חודש קומט פאר א לחיים ביי מיר אין אפיס ווער ס'איז איו שכינות קען ארויפקומען
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 5:26 pm
אז ביי מיר אין אפיס שטייט א גאנץ יאר א פלאש שנאפס אויפען פאליצע
און אויך אז מאנ-יימער געפינט זיך: "נאך אויפען זעלבן פלאץ".