בלאט 81 פון 213
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 12:36 pm
דורך בלעקבערי פען
אז איך האב 4 בלעטער פון אומגעליינטע אשכולות
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 1:19 pm
דורך טייבעלע
קיקיון האט געשריבן:מכטי1 האט געשריבן: איינהאלטען איז א גוטע זאך, אבער נישט פאר א בלעטעל גמרא....
המלבין איז זייער הארב !!! איז כובש את יצרו גאר גאר גרויס!
איינער וואס איז מלבין און לערנט איז א טובל וכ' וכ'
וויזוי מען דארף זיין אויסגערעכענט נישט מלבין זיין, מ'קען זיצען מיט חברים און רעדען, און אפילו זיך וואונטשען ברכות,
און מיט די ברכה וואס מען טוהט וואונטשען קען מען עובר זיין, און מלבין זיין יענעם רח"ל, געוואלד, ער האט דאך נאר
געמיינט גוטס, און האט דאך יענעם געבענטשט מיט א ברכה, אבער דער מקבל הברכה איז דאך פארשעמט געווארען,
אי-ה שוקל אי-ה סופר, בואו ונעשה חשבונו של עולם, פאר מען זאגט ארויס א ווארט צו טראכטען וואס און ווי אזוי יענער
איז דאס מקבל.
א מגיד קען זאגען א גאנצע מוסר דרשה, און אז ער טוהט מלבין זיין איינעם אפי' בקריצת הדיבור מה הואיל, עס איז שווער
זייער שווער אויסצורעכענען, אבער ווי קיקיון זאגט אז כובש את יצרו איז גאר גרויס, ושכרך הרבה מאד.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 2:15 pm
דורך טייבעלע
מומחה עצום האט געביטען זיין עוועטאר, אפשר לכבוד אדר.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 2:28 pm
דורך ווינקל
מאנ-יימער האט געשריבן:לועג לרש!!!!
היינטיגער חק!
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 2:41 pm
דורך טייבעלע
הערט א מייסע, דער האלט שוין לכאורה (נד"נ) נאך זיין נארהאפטיגע פרישטאג,
און דער קען שוין נישט ריקען קיין נאדעל (לאקשען בלע"ז) זאל אריין גיין, און דער
זאגט נאך לועג לר"ש (ר"ת שתי' לכבוד ר"ח).
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 2:45 pm
דורך מאנ-יימער
טייבעלע האט געשריבן:זאגט נאך לועג לר"ש (ר"ת שתי' לכבוד ר"ח).
שוין איינמאל געווען א שתי'.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 2:56 pm
דורך טייבעלע
הייסט עס אז דו האסט היינט געהאט נאר איינמאל א שתי'.
איז דאס כאטש געוועהן כדת אין אונס?
דרך אגב (נישט די ריקען און נישט די פלייצע) מיר האבן געהאט מער ווי איינמאל היינט א שתי',
מיט אזוינע פיינע סחורה טרינקט מען ווען אימער מען קען.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 3:45 pm
דורך מאנ-יימער
טייבעלע האט געשריבן:הייסט עס אז דו האסט היינט געהאט נאר איינמאל א שתי'.
איז דאס כאטש געוועהן כדת אין אונס?
דרך אגב (נישט די ריקען און נישט די פלייצע) מיר האבן געהאט מער ווי איינמאל היינט א שתי',
מיט אזוינע פיינע סחורה טרינקט מען ווען אימער מען קען.
האבעך געזאלט אוועקנעמען ס'פלעשל פון ביהמ"ד און מיטנעמען צו דער ארבעט?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 3:57 pm
דורך טייבעלע
הייבט זיך אהנעט א מאס(ק)ע אין ביהמ"ד געהאט א שתי', און א תירוץ פאר... געדארפט געזאלט נעמען פון דארט,
און אז ער האט נישט קיין שתי' אין ארבעט, וואו איז דער פלאש פון א וואך צוויי צוריק?
א המשקה וואס מען גיבט אין שוהל דארפסטו אין ארבעט?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 6:57 am
דורך קיקיון
למען ידעו ג'פריווט אפשרייען א PARKING TICKET ולע עלתה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 9:29 am
דורך אנעים זמירות
המקום ימלא חסרונך.
מיט דעם איז גראדע ענגלאנד פיהל בעסער אז יעדער פארקינג באגרעניצונג מוז האבען סיי א שילד אין דער זייט און סיי א געפארבטע ליניע (אדער צוויי) אויפען גאס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 12:28 pm
דורך לכאורה
איך האב יעצט אפגעקלאפט 13,295 קערעקטערס אין 33:05 מינוטן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 12:34 pm
דורך מאנ-יימער
לכאורה האט געשריבן:איך האב יעצט אפגעקלאפט 13,295 קערעקטערס אין 33:05 מינוטן.
שיק אריין.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 12:34 pm
דורך לכאורה
שוין אריינגעשיקט [צו דער וואס האט מיר געברענגט די פאפירן אויפצוקלאפן].
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 12:03 am
דורך לוי יצחק
אז נאך א וויילע וואס מיין דזשעינעט האט געבלאקט אסאך וואטעווערס דא אויף אייוועלט, האט זיך עס פלוצלינג היינט געעפענט, און איך קען זעהן אסאך זיסע וואטעווערס.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 5:39 am
דורך מכטי1
לוי יצחק האט געשריבן:אז נאך א וויילע וואס מיין דזשעינעט האט געבלאקט אסאך וואטעווערס דא אויף אייוועלט, האט זיך עס פלוצלינג היינט געעפענט, און איך קען זעהן אסאך זיסע וואטעווערס.
אבער פון דעם לוי יצחק'ס אוועטער שעפט מען יר"ש!!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 5:25 pm
דורך חושים בן דן
איך עס יעצט אינסטענט זופ, ווייל איך גיי צו א שבע ברכות היינט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 5:27 pm
דורך מאנ-יימער
לכאורה האט געשריבן:שוין אריינגעשיקט [צו דער וואס האט מיר געברענגט די פאפירן אויפצוקלאפן].
אייער קלאפט מען אויף, פאפירן אויך?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 5:34 pm
דורך קיקיון
פאפירן אויך? אז מען צאלט דערפאר כל זמן מען טשעפעט
נישט קיין מענטשעו פארוואס נישט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 5:36 pm
דורך מאנ-יימער
רב קיקיון איך קען אייך פארבארגן עטליכע פינטלעך און קאממע'ס אויב איר נויטיגט זיך דערין, שעמט אייך נישט צו בעטן

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 6:20 pm
דורך קיקיון
מאנ-יימער האט געשריבן:רב קיקיון איך קען אייך פארבארגן עטליכע פינטלעך און קאממע'ס אויב איר נויטיגט זיך דערין, שעמט אייך נישט צו בעטן

א שטארקע נקודה
אדרבה שיק מיר וואס איך האב ג'שריבען ג'פינטעלט
וועל איך עס פאררעכטען
דא האסט א SUPPLY
........,,,,,,,,.....???????? \\\\\\\ ''''''''''//////
א שאד פאר דיינע

אפשר ווערסט די מיין PROOFREADER
וועסט קענען גלייך צישרייבען דיינע בליצען
נע פאגעטאבאטאיט
האסט פארפאסט
מענטשעו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 1:45 am
דורך יוראפ
... מיר עס מיר יעצט פיינע פרישע ווארימע טשיזישע (נישט טשייניזישע) קוכן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 1:55 am
דורך ידיד
פארן דאווענען? אהה... ס'נאכנישט געווען די עלות..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 1:57 am
דורך יוראפ
א ווארימע קוכן א ווארימע מקוה א ווארימע דאווענען א ווארימע ידיד עפעס א קלייניגקייט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 5:34 am
דורך מכטי1
אז איך בין נעטען געוועהן ביי אחתונה און די מוזיק איז געווען א DJ