בלאט 80 פון 213

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 12:03 pm
דורך אנעים זמירות
הרב קקיון ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך מיין מען קען מאכען אן עקסטערע אשכול פון פארגרייזטע מליצות, אדער אזוינע וואס דער באנוצער ווייסט ניטאמאל דער אמת'ע פשט.

צ.ב.ש. דמים תרתי משמע - וויפיהל טשערמענס ווייסען עברי טייטש דערפון?

בידעי ומכירי קאמינא - וד"ל

איך געדענק נישט נאך אויפען מאמענט...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 7:04 pm
דורך בחורהזעצער
אז איך האלט יעצט אינמיטן הערן די אנאליז פון יצחק קלאר איבער כינעזישע העקעריי, און מיין מויל וואקלט זיך פאר געלעכטער פון זיינע זיסע אויסדרוקן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 7:13 pm
דורך ידיד
א פרישע אנאליז? גיימער עס באלד אויסהערן, דער איז וואן אף עי קיינד מיט זיינע אנאליזן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 7:24 pm
דורך בחורהזעצער
איך ווייס נישט ווי אלט עס איז, די נאמען פון די אשכול לויטעט: פאר א פרישע אנאליז פון יצחק קלאר פון פרשת משפטים דרוקט..., סא ער זאגט אז עס פריש, גיי גלייב אים...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 9:25 pm
דורך טייבעלע
רבו עלי חברי בביהמ"ד, נצחו עליונים את התחתונים, ונמנו וגמרו אז מיר זאלן אי"ה מארגן זיין דער ש"ץ פאר שחרית מיט מוסף,
הרכנתי את ראשי ונענתי, און עליונים ששו, עס איז א פרייד ביי זיי אלע.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 12:39 am
דורך יוראפ
ביינונז אויכעט

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 5:12 am
דורך מכטי1
טייבעלע האט געשריבן:רבו עלי חברי בביהמ"ד, נצחו עליונים את התחתונים, ונמנו וגמרו אז מיר זאלן אי"ה מארגן זיין דער ש"ץ פאר שחרית מיט מוסף,
הרכנתי את ראשי ונענתי, און עליונים ששו, עס איז א פרייד ביי זיי אלע.

כ'פארשטיי אז ביסט א גוטע בעל תפילה...ברענג אהער א רעקארדינג און מאן ייאמר וועט עס שוין דראפבאסקסען...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 6:33 am
דורך msp
אבער עס וועט פעהלען אויף די רעקארדינג דער תבלין ששמו שבת....

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 9:22 am
דורך טייבעלע
ווער זאגט אלץ גוטער בע"ת, עס איז דאך ר"ח אדר, גייט דאך עס ונהפוך הוא.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 9:26 am
דורך יוראפ
ביי אור פניך איז נאכניש געווען אדר

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 9:28 am
דורך טייבעלע
זעמער היינט אנגעקומען צום ארבעטס פלאץ על הים, גייען מיר אריין די ערשטע אין קיך פונעם פלאץ כדרכי בכל יום,
און וואס איז דאס?! אזא פרישטאג צוגעגרייט, WOW אויף וויסעך ווילאנג צו עסען, שנאפס ליקער באנאנע טשאקאלאד
בלינצעס, קאפאטשינאו קאלטע, מאראנצען זאפט, אייער שפייז ועוד.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 9:30 am
דורך פייווישעל
וואס איז די שמחה היינט

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 9:33 am
דורך טייבעלע
וואס הייסט האסט נישט געהערט?! היינט איז ראש חודש אדר, משנכנס אדר מרבין בשמחה.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 9:46 am
דורך קיקיון
היינט אינדערפרי האב איך זיך ג'מיזט איינהאלטען מיט אייזענע קייטען
הנהלת הבה"מ האט ארויסג'שטעלט א מודעה
יום ב תרומה א דר"ח אדר …….
ביז איך האב אמאל באקומען א פליק "נו! המלבין פני חברו ברבים" איז ביי מיר ג'ווען אינסטינקטיוו צו פירקלען א תיקון טעות

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 10:05 am
דורך מכטי1
קיקיון האט געשריבן:היינט אינדערפרי האב איך זיך ג'מיזט איינהאלטען מיט אייזענע קייטען
הנהלת הבה"מ האט ארויסג'שטעלט א מודעה
יום ב תרומה א דר"ח אדר …….
ביז איך האב אמאל באקומען א פליק "נו! המלבין פני חברו ברבים" איז ביי מיר ג'ווען אינסטינקטיוו צו פירקלען א תיקון טעות

איינהאלטען איז א גוטע זאך, אבער נישט פאר א בלעטעל גמרא....

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 10:07 am
דורך טייבעלע
דא האט איר א בילד פון א חלק פון די פרישטאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 10:08 am
דורך מאנ-יימער
לועג לרש!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 10:12 am
דורך קיקיון
מכטי1 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:היינט אינדערפרי האב איך זיך ג'מיזט איינהאלטען מיט אייזענע קייטען
הנהלת הבה"מ האט ארויסג'שטעלט א מודעה
יום ב תרומה א דר"ח אדר …….
ביז איך האב אמאל באקומען א פליק "נו! המלבין פני חברו ברבים" איז ביי מיר ג'ווען אינסטינקטיוו צו פירקלען א תיקון טעות

איינהאלטען איז א גוטע זאך, אבער נישט פאר א בלעטעל גמרא....

:?: :? :?: :o :?:

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 10:13 am
דורך מכטי1
מאנ-יימער האט געשריבן:לועג לרש!!!!

ווואוו האסטו מיר הונגעריג געמאכט!!!
מיר וועלען זיך נאך אפרעכענען מיט דיר טייבעלע.... :twisted:

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 10:25 am
דורך טייבעלע
קענסט זינגען מי יתן לי אבר כיונה אעופה... און קום צו פליען.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 10:54 am
דורך msp
ברענג שוין אין איין וועג קעזקוכען....

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 11:30 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:ברענג שוין אין איין וועג קעזקוכען....

עמיר צוזאמען עסן און פארברענגען...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 12:09 pm
דורך קיקיון
מכטי1 האט געשריבן: איינהאלטען איז א גוטע זאך, אבער נישט פאר א בלעטעל גמרא....


המלבין איז זייער הארב !!! איז כובש את יצרו גאר גאר גרויס!
איינער וואס איז מלבין און לערנט איז א טובל וכ' וכ'

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 12:13 pm
דורך מאנ-יימער
קיקיון האט געשריבן:אבי ג'זאגט איז גארנישט ג'זאגט

אבי געזאגט איז צו סאך געזאגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 12:22 pm
דורך טייבעלע
וואס מיינט אבי געזאגט (ד'עטאטע געזאגט)? ווייניג געזאגט צי סאך געזאגט.