בלאט 79 פון 213

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 5:51 am
דורך msp
אז נישט מיר נישט דיר אזוי שא שא שטילערהייט גייט ידידנו אהוב נפשנו מאן יימער'ל שיחי' צו א נייע שררה

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 8:09 am
דורך טייבעלע
מ'גרייט זיך צו מאנעלעס שמחה.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 9:16 am
דורך געלעגער
מ'גרייט זיך מ'גרייט זיך...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 1:44 am
דורך שויתי'ניק
מיר האבן געהאט א פיינעם שבת, כה יתן וכה יוסיף

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 1:55 am
דורך מחותן
איך האב נאר געוואלט זאגען אז איך זיך עפעס א גוטס צו ליינען דא און קרעטשמע און ואינינו, ניקס דא.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 2:12 am
דורך שויתי'ניק
ס'איז דא אין די קעלערן, מאך א באזוך דארט
אדער סיערטש אויף עני נושא און ס'וועט דיר ארויפקומען גענוג און נאך
בהלחצה כי רבה היא

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 2:20 am
דורך derech eretz
לכבוד מוצאי שבת
יי viewtopic.php?f=21&t=1048

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 3:32 am
דורך פליגל
מחותן האט געשריבן:איך האב נאר געוואלט זאגען אז איך זיך עפעס א גוטס צו ליינען דא און קרעטשמע און ואינינו, ניקס דא.

ניקס זיינען דא מער ווי אבאנטש, כ'זע אז דו ביסט נישט געווען דער יחיד היינט אין קעלער.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 5:16 am
דורך מכטי1
גאנץ גוט געזאגט שויתי, אבער געדענק עס אלעמאל...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 12:02 am
דורך לוי יצחק
...ס'גאנץ לעבעדיג געווען דא היינט, פון אלע עקן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 12:44 pm
דורך derech eretz
אז משיח קומט היינט, ווייל... שמעון ראל. האט גערעדט צום באשעפער אויף טוויטער..
@ShimonRol
The growing threat to Torah and Yiddishkeit: The FCC is considering free Wi-Fi across the United States. Hashem send Moshiach NOW!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 10:48 pm
דורך לוי יצחק
...איך האלט ביי א האלבע השלמה, ווייניגער ווי א צוויי טויזענסטל פון דער וועלטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 10:52 pm
דורך יוראפ
לוי יצחק האט געשריבן:...איך האלט ביי א האלבע השלמה, ווייניגער ווי א צוויי טויזענסטל פון דער וועלטל.

ביטע שיקט נישט אזאנע רמזים

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2013 9:34 pm
דורך טייבעלע
אין תנא דבי אליהו, פרק י"ח אין אליהו רבה איז די לענגסטער פרק פון תנא דבי אליהו,
און פרק י"ח אין אליהו זוטא איז די קורצעסטען פרק פון תנא דבי אליהו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 1:45 am
דורך קיקיון
נ'דאווענט מעריב מיט דעם 1:00 מנין אין שומרי שבת און ג'זעהן א CLEAN SHAVED איד זעצט זיך צום טיש מיט א גמרא און סידור און זאגט ברכות השחר
ער האט מפסיק ג'ווען אין מיטען די עקידה ענטפערען דעם 1:15 ברכו איך האב ג'הערט אז ער לערנט אזוי יעדע נאכט ביז צום ערשטען שחרית

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:12 am
דורך msp
מי כעמך ישראל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 9:04 pm
דורך אנעים זמירות
מיין צוויי יעריגע מיינט עס איז יעצט אינמיטען טאג (אין לונדון איז יעצט נאך צווייע).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 10:26 pm
דורך קיקיון
עס איז מיר לעצטעס אויסגעקימען אנהייבען די שמו"ע ברוך אתה ה' למדנו חוקיך ברוך אתה ה א' וא' אבותינו
המשך יבוא זאל דער עולם זיך מוטשען אביסעל

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2013 10:55 am
דורך טייבעלע
מען גייט היצטער גיבן עסען פאר די פייגעלעך.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2013 11:27 am
דורך טייבעלע
זה יתנו כל העובר על הפקודים, השקל ד' זוז, והזוז מתחילתו חמש מעות,
הוסיפו עליהם שתות, הוה הזוז שש מעה, נמצא השקל כ"ד מעה, מחציתו
הוה י"ב מעה, וא"ל ז"ה בגי' י"ב יתנו כל העובר על הפקודים.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2013 12:34 pm
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:עס איז מיר לעצטעס אויסגעקימען אנהייבען די שמו"ע ברוך אתה ה' למדנו חוקיך ברוך אתה ה א' וא' אבותינו

איך האב ג'דארפט זאגען חזרת הש"ץ און ביי ה' זיך ג'כאפט אז איך זאג שטיל
האב איך ג'האט אן אנדערע ברירה ווי ציענדיגען למדנו חוקיך שטילערהייט ?
וואס וואלט ג'ווען ווען איך זאג ווייטער
i hate to think of it

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2013 12:55 pm
דורך לוי יצחק
אופס!!
אריין אין דורכפעלער אשכול.

אני הקטן האב זיך צוגעשטעלט צו מעריב פארן עמוד, און אינמיטן קריא"ש האב איך זיך דערמאנט אז כ'האשוין געדאווענט...
ר' קיקיון, למדני חקיך.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2013 1:13 pm
דורך קיקיון
לוי יצחק האט געשריבן:אופס!!
אריין אין דורכפעלער אשכול.

אני הקטן האב זיך צוגעשטעלט צו מעריב פארן עמוד, און אינמיטן קריא"ש האב איך זיך דערמאנט אז כ'האשוין געדאווענט...
ר' קיקיון, למדני חקיך.
די ברכות וואלסט די גקענט ענדעגען אן שם ומלכות גאל ישרא', שומר עמו וכ' המלך וכ' (א פראבלעם נאר די אמן'ס פון עולם)
די קדישים NO PROBLEM ביסט דאך מוציא דעם עולם
וואס האסט די געטוען? ג'לאפען אין בה"כ?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2013 2:25 pm
דורך לוי יצחק
קיקיון האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:אני הקטן האב זיך צוגעשטעלט צו מעריב פארן עמוד, און אינמיטן קריא"ש האב איך זיך דערמאנט אז כ'האשוין געדאווענט...
ר' קיקיון, למדני חקיך.

די ברכות וואלסט די גקענט ענדעגען אן שם ומלכות גאל ישרא', שומר עמו וכ' המלך וכ' (א פראבלעם נאר די אמן'ס פון עולם)
די קדישים NO PROBLEM ביסט דאך מוציא דעם עולם
וואס האסט די געטוען? ג'לאפען אין בה"כ?

עקזעקטלי!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 10:42 am
דורך קיקיון
דורכבליקענדיג דעם USPS אשכול האב איך זיך דערמאנט פון די מלוצות התנצלות
וואס בעלי שמחה לייגען ארויס און בה"מ
דואר הולך ודואר באה בחזרה
דואר תהפוכות
ירידת הדואר
מושלחות וחוזרת
די אלע ברענגען א שמייכעל
אבער "לא הגיעו למחוז חפצם" ברענגט געלעכטער
זייט ווען האט א "חפץ" א חפץ ורצון ??