בלאט 78 פון 213
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 8:24 am
דורך קיקיון
דורכבליקענדיג דעם שמועס וועגען לימוד ידיעות נחיצות אין אונזערע מוסודת האב איך זיך דערמאנט
א שמועס ווס איך האב ג'האט מיט בני נ"י מיט קרוב צו 30 יאר צוריק
זיין טיטשער,(א מלמד און אנדערע ת"ת) האט זיך אפגערעדט אז ער מאכט לעבעדיג
זאג איך אים ווען די זעסט א איד אויף דער גאס שלעפען 2 שווערע שאפינג בעגס לייגסט אים אינטער א פוס
אדער פרובירסט אים העלפען ? דא איז דא א איד וואס ווייל ער דארף מער און שטיב ווי __ער חדר צאלט
קומט צו ענק נאך א טאג אין חדר גייסט אים נאך שווערער מאכען? ב"ה עס האט ג'האלפען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 12:27 pm
דורך שאינו יודע
איך האב צום סוף יא געכאפט מיין הוט, ברוך השם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 4:43 pm
דורך טייבעלע
ס'איז דא א ווארט אין ספה"ק מגלה עמוקות פ' בהר, ואשא אתכם על כנפי נשרים, נשרים בגי' ת"ר,
וכן איז נשרי"ם נוטריקון נ'שמות ש'ישים ר'בוא י'צאו מ'שם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 5:39 pm
דורך שויתי'ניק
ס'קומט א ליל שישי פון שובבי"ם,(אפשר דאס לעצטע שובבי"ם אין גלות) מ'מוז זיך גוט פילן, אויסניצן די נאכט כדבעי'...
שובו בנים שובבים ארפא משובותיכם נאום ד'.
אן הבטחה פון גאט ב"ה אליין...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:17 pm
דורך טייבעלע
מיר וועלען אי"ה זיך היינט נאכט משתתף זיין בשמחת חתן, דאס איז אויך א ענין פון שובבים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:24 pm
דורך מאנ-יימער
אז מיר מאכן יעצט א לחיים אין אפיס.... כאפט אריין א שנאפס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:33 pm
דורך טייבעלע
וואס איז שנאפס איז ביי דיר אין ביורא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:37 pm
דורך שויתי'ניק
נו וואדען.
אבער די רגלי"ן זאלן זיך אזוי הייבן אז עס זאל זיין צו געדענקען אז עס איז געווען א שובבי"ם...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:45 pm
דורך מאנ-יימער
טייבעלע האט געשריבן:וואס איז שנאפס איז ביי דיר אין ביורא?
דא האטסטו א בילד פון שנאפס ביי מיר אין אפיס (נו גילוי!)
געלעגער דארפסט די לעדזשענד אף קרעמלין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:48 pm
דורך טייבעלע
שוין האסטו מיר געגעבען דעם אפעטיט, עסען מיר צי אביסעל המן טאשען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:53 pm
דורך שויתי'ניק
געווענליכע המן טאשן האט אינגרידיענס וואס קענען ברענגען ר"ל מייגרעינען, חוצמזה איז נאך צופרי דערפאר...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 6:56 pm
דורך טייבעלע
ב"ה מיר באקומען נישט קיין מייגרעין פון עסען.
און חוצמזה ווער זאגט עס איז צופרי? היצטער איז נאכט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 7:23 pm
דורך שויתי'ניק
די מוחין ביים טייבאלע איז היינט מורא'דיג...
אנגעהויבן ביי די פייפעריי ביז די המן טאשן, און געענדיגט ביי צופרי.
בד"וו, ווי אזוי ווייסט מען פון וואס מ'באקומט דאס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 7:24 pm
דורך פליגל
שויתי'ניק האט געשריבן:געווענליכע המן טאשן האט אינגרידיענס וואס קענען ברענגען ר"ל מייגרעינען, ...
וועלכע אינגדריענס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 7:35 pm
דורך טייבעלע
ווייל מיר האבן ב"ה נאך קיינמאל געהאט א קאנפליקט מיט די מאכלים, מיר טוהען זיי זייער רעספעקטירען,
איז פארוואס זאלען זיי מיר באצאלען רעה תחת טובה.
ערענסט גרעדט אז מען האלט קאפ (נישט מיט די הענט {שטעל דיך פאר ווען מיר גייען מיט די הענט אויפן קאפ ד'גאנצע צייט עס וואלט דאך געוועהן גלוי [און אויף די גלוי מאכט מען נישט קיין שהכל, ווייל עס איז אינו ראוי לאכילת האדם]}),
און מען ווייסט פונקטלעך פון מינוט אויף מינוט וואס עס פאסירט, קען מען נאכגיין אויף צוריק(ט), וואס עס האט גערירט דעם מח, פארשטאנתי?
====
שוין אונזער פליגעל איז אריבער געקומען און געהאקט אין קאפ, ווער ווייסט דאס קען ברענגען מיי-גרעין, נעה ח"ו, ניין-גרעין און אפשר צוועלעפ-גרעין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 8:21 pm
דורך לכאורה
יעדער איז העפליך געלאדנט צו די שמחה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 8:25 pm
דורך טייבעלע
מזל טוב אסאך נחת, תמיד בשמחה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 8:30 pm
דורך טייבעלע
ב"ה דער טיש איז שוין גדעקט און גרייט לכבוד דעם הייליגען לעכטיגען שבת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 8:41 pm
דורך קיקיון
טייבעלע האט געשריבן:ב"ה דער טיש איז שוין גדעקט און גרייט לכבוד דעם הייליגען לעכטיגען שבת.
דאס זילבערווארג ווערט נישט געלב אדער FINGERPRINTED פון שטיין אזוי לאנג אויף דער פריי ???
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 10:13 pm
דורך טייבעלע
אז מען פוצט עס און מען גלאנצט עס ווי עס באדארף צו זיין ווערט דאס נישט אזוי שנעל פאר געלבט,
און אז מען טוהט דאס האלטען מיט אן איידעלקייט באקומט דאס נישט קיין פינגער אפדרוקען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 10:19 pm
דורך שויתי'ניק
און די קינדער טשעפן דאס נישט? גיבן נישט קיין שלעפ דעם טישטוך אזוי ווי זיי קענען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 10:21 pm
דורך קיקיון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 10:28 pm
דורך טייבעלע
מען זאגט א ווערטעל אז דער טאטע איז א מדרש הנעלם, דאס הייסט ער באהאלט זיינע טהאטען,
זענען די קינדער א פירוש אויפן מדרש, מען קוקט זיי אהנעט ווייסט מען וואס דער טאטע איז באמת.
דער אמת איז ווי אזוי מען געוויינט צו די קליינע אזוי פירען זיי זיך, מיט איידעלקייט און באשיידענהייט,
אלעס מיט א רואיגען געמיט, און א ליבליכען שמייכעל אויפן פנים.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 12:31 am
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אז אויב איינער האט אמאל געשריגען אויף אייך אז איר זענט א "צוויי פוסיגע פערד", און איר האט אלס געוואלט וויסען וואס ער מיינט, קענט איר עס זען דא לייוו!!!
memberlist.php?mode=viewprofile&u=4147
אפשר דאס איז בעסער.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 5:49 am
דורך msp
טייבעלע האט געשריבן:מען זאגט א ווערטעל אז דער טאטע איז א מדרש הנעלם, דאס הייסט ער באהאלט זיינע טהאטען,
זענען די קינדער א פירוש אויפן מדרש, מען קוקט זיי אהנעט ווייסט מען וואס דער טאטע איז באמת.
דער אמת איז ווי אזוי מען געוויינט צו די קליינע אזוי פירען זיי זיך, מיט איידעלקייט און באשיידענהייט,
אלעס מיט א רואיגען געמיט, און א ליבליכען שמייכעל אויפן פנים.
אז דאס איז גאר א טייער ווארט...