בלאט 77 פון 213

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:58 am
דורך msp
אזוי ווי דער קאצקער ווארט : את ה"א תירא, לרבות תלמידי חכמים
אז אויך תלמידי חכמים דארפען האבען יראת שמים

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 2:10 pm
דורך קיקיון
די וועלט זאגט נאך פון פרשיסחער
אז עס איז נישטא קיץ גלייכערס ווי א קרומע לייטער. קיין גאנצערס ווי א צעבראכן
הארץ, קיין קרומערס ווי א גלייכווערטל...
און איך האב ג'הערט מוסיף זיין און א מאוס זאך ווי א שיינער איד
ווען ער זאלען עפעס א מעלה וואלט מען ג'זאגט
ער איז א ת"ח, אן עובד, א גומל חסד
און ער האט גארניט און שטיפט זיך אויבען אן ווייל ער איז א שיינער איד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 3:53 pm
דורך שויתי'ניק
טייבעלע האט געשריבן:אין שוהל וואו מיר דאווענען שבת זענען מיר געווארן באטיטולט מיטן כתר שם טוב דער קענדי-מען פון שוהל.

וואספארא טיטל איז דאס? און וואסערע מיטלען ברויך מען נעמען דערפאר?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 3:59 pm
דורך מאנ-יימער
שויתי'ניק האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:אין שוהל וואו מיר דאווענען שבת זענען מיר געווארן באטיטולט מיטן כתר שם טוב דער קענדי-מען פון שוהל.

וואספארא טיטל איז דאס? און וואסערע מיטלען ברויך מען נעמען דערפאר?

מען ברויך זיך איינהאנדלען גענוג פון די סחורה, און אויב איז נישטא קיין עירוב אין אלאסקע דאן ברויך מען עס אריבערטראגן אין ביהמ"ד בעפאר שבת.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 4:10 pm
דורך קיקיון
נמחק
לפי עצת שותיניק

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 4:22 pm
דורך טייבעלע
יא דאס איז עס מאנ-יימער'על.

מיר האבן עס גרייט אינעם געביידע פונעם שול פון פאר שבת.

און אויך האבן מיר צומאל אן אויסוואל פון די אנדערע סארטען ציקערלעך ווי די צוגעלייגטע.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:40 pm
דורך מאנ-יימער
דערנאך שיקסטו זיי אריבער צו מנחם שלום'ס ביורא?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:41 pm
דורך שויתי'ניק
מאנ-יימער האט געשריבן: עירוב אין אלאסקע דאן ברויך מען עס אריבערטראגן אין ביהמ"ד בעפאר שבת.

טייבעלע האט געשריבן:מיר האבן עס גרייט אינעם געביידע פונעם שול פון פאר שבת.


זעט אויס אז ס'דא אן עירוב אבער רבינו יונה איז פון די נישט טראגערס...


<<<נמחק כפי עצת קיקיון>>>

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:59 pm
דורך טייבעלע
מאנ-יימער האט געשריבן:דערנאך שיקסטו זיי אריבער צו מנחם שלום'ס ביורא?

גיב נאר א קוק מנחם שלו' פאדערט דאך שוגער פרי.
msp האט געשריבן:שוגער פרי?

אונזערע באליבטע אידישע קינדערלעך זענען דאך אלע צוקער זיס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 6:14 pm
דורך גוגל
....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 7:50 pm
דורך יוראפ
מאנ-יימער האט געשריבן:דערנאך שיקסטו זיי אריבער צו מנחם שלום'ס ביורא?

צוליב דעם וכדומה האט מיר טאקע געזאגט אמאל א קענדי מען פון א שול אז ער האט אויפגעהערט צו טיילן קענדיס נאר ער טיילט יעדע וואך אנדערע קליינע ביליגע זאכן קיטשעינס וכדומה, אבער די קענדי מען טיטול איז ער נאך יא געבליבן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 29, 2013 4:55 am
דורך msp
אה יוראפ
עס איז נאר שינוי מעשה אבער נישט שינוי השם....

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 29, 2013 10:58 pm
דורך קיקיון
באקומען אן אימעיל
You have to cover ground before ground covers you

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 4:46 am
דורך מכטי1
קיקיון האט געשריבן:באקומען אן אימעיל
You have to cover ground before ground covers you

הסבר פליז...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 5:16 am
דורך msp
מען מוז אסאך טוהן און אויפטוהן
פאר דער ערד באדעקט אונז

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 8:45 am
דורך ידיד
..איך האב שוין ב"ה געטראפן מיין הוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 9:51 am
דורך msp
ברוך השם
מיט וואס האסטו געדאווענט ביז יעצט? מיט די קוטשמע?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 10:11 am
דורך פליגל
שחרית מיט'ן טלית, מנחה מיט'ן דזשעקעט ביי די ארבייט, מעריב מיטן שטריימל (יענער זאל מיינען ז'ר'יז אויף'ן וועג צו א חתונה).

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 10:16 am
דורך ידיד
העי ס'נישט קיין שלעכטע פלאן...

למעשה האט מיין ברודער (דערווייל זעמער נאכנישט צוקריגט) מיר פארבארגט זיין אלטע הוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 8:56 pm
דורך קיקיון
א דבר פשוט שיין אראפגעלייגט
What you have is what you need, what you don't have you don't need, even if you want it

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 9:14 pm
דורך שמעק_טאביק
... אז קיקיון'ס ווערטל איז גרינג צו זאגן, אבער שווער אויסצופירן מכח אל הפועל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 9:16 pm
דורך טייבעלע
מיר האבן געטראכט צו טייטשען דעם פסוק: וירא העם וינועו ויעמדו מרחוק,
וירא, אויב בשעת תורה ותפלה זעהט און באמערקט נאך דער מענטש אז:
העם וינועו, ווי דער עולם שאקעלט זיך, דאס הייסט ער טראכט נאך פון די
אנווענזענהייט פון מענטשען ארום, ווייזט דאס אויף ויעמדו מרחוק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 10:17 pm
דורך קיקיון
גהערט אביסעל אנדערש וירא העם ער זעהט אס עס איז דא "העם" און דאמאלט איז "וינועו" איז ויעמדו ,,,,

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 10:29 pm
דורך יוסף שרייבער
ענדליך צו דעם איז דער ווארט פונעם הייליגען קאצקער זצ"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 10:44 pm
דורך טייבעלע
קיקיון האט געשריבן:גהערט אביסעל אנדערש וירא העם ער זעהט אס עס איז דא "העם" און דאמאלט איז "וינועו" איז ויעמדו ,,,,