Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:07 am

איך האב אין פלאן צו שרייבן איינע פון די עפיזאדן פון איינע פון די מיסיעס.

Advertisement

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:14 am

מיר ווארטען מיט שפאנונג

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 2:24 pm

טייבעלע האט געשריבן:איך האב אין פלאן צו שרייבן איינע פון די עפיזאדן פון איינע פון די מיסיעס.

דאס איז פיינע נייעס!!!

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 10:42 pm

אז...

מומחה איז היינט געווען אין די גלייזן און מיר האבן זיך מחי געווען. הלואי יעדן טאג אזוי

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:46 pm

מען דארף זיך אריינלייגן איינער מאכן שלום צווישען "טייבעלע" און "פריילאך", שוין א לאנגע צייט וואז זיי פליען אוועק איינער פון די אנדערער!
עטעטשמענטס
zbdfbsdf.gif
zbdfbsdf.gif (23.69 KiB) געזעהן געווארן 539 מאל
bgfbdsf.gif
bgfbdsf.gif (28.72 KiB) געזעהן געווארן 539 מאל

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:48 pm

אז דו לויפסט נאך טייבעלע מיט א שטעקן אוודאי אנטלויפט ער
עטעטשמענטס
2693.gif
2693.gif (16.82 KiB) געזעהן געווארן 535 מאל

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:50 pm

ווינקל האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:איך האב אין פלאן צו שרייבן איינע פון די עפיזאדן פון איינע פון די מיסיעס.

דאס איז פיינע נייעס!!!

פרייטאג נובמבר 09, 2012 1:08 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען דארף זיך אריינלייגן איינער מאכן שלום צווישען "טייבעלע" און "פריילאך", שוין א לאנגע צייט וואז זיי פליען אוועק איינער פון די אנדערער!

איך פלי איהם טאקע אנקעגען און באגריס איהם מיט שלו', זעהסט נישט די עלי זית אינעם מויל, און מיין בריוועלע ביי מיינע פיסאלעך.

א נייער פשט אין כבד "את"

פרייטאג נובמבר 09, 2012 1:33 pm

אזוי ווי איך בין בשנת אבל פון א"מ הכ"מ האב איך פארשידענע אינטערסאנטע עפיזאדען מיט כל מיני מענשען נישט אלע פאזאטיוו, (דער וואס האט דאס מיטגעמאכט ווייסט און זאל מער נישט וויסען)
אבער די וואך האב איך כ'זעהן א זעלטענע זאך דער מרא דאתרא פון מיין קארנער בה"מ האט אן עלטערע ברודער אין ירושלים וואס ניצט דעם זעלבען TRADE NAME אב"ד פלונית
מיטוואך נ"מ קוםט אן דער א"ידיגער צום 5:00 מנחה (דער מרא דאתרא דאווענט 5:15) און באהאלט זיך ערגעץ אינטען, ווען איך האב געווארט אז ער זאל אויסטרעטען האט קיינער נישט געוויסט אויף
וועמען איך ווארט אזוי לאנג נעכטען איז ער שוין געקימען אביסעל שפעטער און זיך נישט געקענט באהאלטען האט ער זיך געשטעלט שוין מער און פארענט דאס מאל האב איך שוין נישט געדארפט
ווארטען ער האט זיך מזרז געווען נישט קיין האלבערשטאם, רובין, לייפער, האראוויץ , וכדומה

מאנטאג נובמבר 12, 2012 7:17 pm

מיט געמאסטענע ווערטער וועלען מיר בעזה"י אראפ שרייבען ווי אזוי עס צוגעגאנגען איינע פון די אקציעס, וועגען די סענסיטיווע אינפארמאציע וועלען מיר שרייבן נאר ביז די אויסגאנג פון יענעם אקציע.

איין טאג זיץ איך מיט נאך איינעם פון די איינהייט פארטראכט אינעם מאפע, מיר צייכענען מען רעכענט וכו', באקומען מיר א דרונגענדע מעלדונג, ס'איז אריין געקומען א ידיעה אז אויף דעם און דעם ארט איז דא א גרויסע פישל, סאך אינפארמאציע קען מען ארויס קרוגען פון איהם, מיר ווערען באגאסען ווי מיט קאלט וואסער, אונזער טאג איז דאך אויסגערעכענט אויף יעדע קארגע מינוט אין דא.... מיר האבן דאך נישט קיין צוויי אפציעס מען דארף דאס אויך אריין קריגען אין אונזער צייט, און ווער ווייסט ווי לאנג עס וועט דויערען, דער וועג איז דאך אפגערעדט, באלד נעם איך די מאפע מ'שטעלט אויס די סטראטעגיע, און ויסעו, גיי וייס אפי' אויב מען וועט נאך אניאגען צו אריין כאפען דעם פיש, ער איז א High-Value Target, מיר זעצען זיך אריין אין אונזער פיהר רעדעלדיגע טרעקלעך, מען איז אויפן וועג, מען דארף דארט דערגרייכען נאך פאר די נאכט פאלט צו, אז נישט האבן מיר דעם ציל זיכער פארפאסט.

מיר פארן אויף וועגען וואס דא וואלט מען עס נישט אינעם ארגסטען טרוים נישט גערופען א וועג, ענדליך זענען מיר אנגעקומען, עס האלט שוין א שעה פארן זיהן אונטערגאנג, דער פלאץ וואס מיר דארפען אינטער זיכען איז א גרויסער באוואקסענער פעלד, און דארט ערגעץ דארף דער זיין ערגעץ אויסבאהאלטען, און דער פעלד איז ארום גענומען מיט א הויכען שטיינערנעם צוים, נישט דא קיין צייט, מיר קריגען זיך אריין אויף דעם אנדערע זייט פונעם צוים, איך הייס מיינע לייט פון די איינהייט שטיין וואך אינעווענדיג פונעם צוים נאנט צום טויער, איך נעם איינעם מיט מיר און מיר גייען אריין טיפער, אזוי גייען מיר ארום די מער אפענער טייל פונעם פעלד, ביז מיר קומען אהן צו א טייל וואס איז באוואקסען מיט שטעכעדיגע דערנער וואס דערגרייכט העכער פון די געוואוקס פון א מענטשען, זאג איך מיין באגלייטער דו שטיי דא וואך איך גיי אריין טוהן די ארבעט, אז כ'וועל דארפען דיין הילף וועל איך ארויסגעבען דעם סיגנאל און דו וועסט באלד רופען פארשטארקערונג.

אזוי קום איך צו נענטער צו די הויך באוואקסענע דערנער, זעה איך אז עס איז נישט אזוי גלאטיג זיך אריין קריגען דארט, איין דארן איז אריינגעפלאכטען אינעם צווייטען, און אויב דאס איז מיר נישט גענוג איז עס נאך ארום גענומען מיט שווערע שפין געוועב, אבער אז מען דארף טוהט מען דאס נויטיגע, מיר גייען אריין אינעווייניג, נאך איין טריט דארט טיף צווישען די דערנער, האב איך איינגעזעהן אז עס איז נאך נישט גענדיגט די שוועריגקייטען, א טיפער וואסער איז דארט געוועהן פארהאן, און די לופט איז געוועהן פיהל מיט כ'מארעס (מאסקיטא בלע"ז) אז וואו דו האסט נאר א קוק געטוהן האסטו זיי געזעהן, און דערווייל שפיר איך אז עס באוואקסען אויך מיט אזוינע גראז וואס אז מען רורט זיי אהן ברענען זיי פאר א לאנגע צייט, און דא פאלט שוין באלד די נאכט צו, מיר האבן אבער אן אויפגאבע און מיר וועלען זיך נישט בייגען פאר די אלע שוועריגקייטען, און מיר זענען אנגעגאנגען מיט די אקציע.

דאס אלעס איז געוועהן נאך עטליכע נעכט נישט שלאפען.

מאנטאג נובמבר 12, 2012 7:29 pm

א שרעק!!!!

מאנטאג נובמבר 12, 2012 9:14 pm

טייבעלע האט געשריבן: און די לופט איז געוועהן פיהל מיט כ'מארעס (מאסקיטא בלע"ז)
.
Converting כמארע to khmare
khmare noun, plural in -s, gender f, cloud
khmare verb, participle ge...t, be cloudy (with "zikh) adverbial complement on
khmure verb, participle ge...t, be cloudy (with "zikh) adverbial complement on
farkhmare verb, participle farkhmaret, cloud up
khmarne adjective, khmurne adjective, dreary, gloomy; cloudy
כמארע.jpg


פיהר רעדעלדיגע טרעקלעך
א דריי רעדדילגע מאשין איז נישט קיין טרעקעל און א מאשין מיט מער ווי פיר רעדער איז שוין א TRUCK
טאקע שווער איבערטייטשען four wheel drive

מאנטאג נובמבר 12, 2012 9:41 pm

קיקיון האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן: און די לופט איז געוועהן פיהל מיט כ'מארעס (מאסקיטא בלע"ז)
.
Converting כמארע to khmare
khmare noun, plural in -s, gender f, cloud
khmare verb, participle ge...t, be cloudy (with "zikh) adverbial complement on
khmure verb, participle ge...t, be cloudy (with "zikh) adverbial complement on
farkhmare verb, participle farkhmaret, cloud up
khmarne adjective, khmurne adjective, dreary, gloomy; cloudy

טוה נאר א זוך אויף די ווארט "קאמארע".

מאנטאג נובמבר 12, 2012 10:00 pm

האסט דאך ג'שריבען כ'מארע בכל אופן יי"כ פאר די וויכטיגע ידיעה אז א MOSQUITO איז א קאמארע
עטעטשמענטס
mosq.jpg
mosq.jpg (3.72 KiB) געזעהן געווארן 440 מאל

מאנטאג נובמבר 12, 2012 10:27 pm

העי דו דארט, יא דו, מאך דיר נישט ווי דו הערסט נישט! און הער שוין אויף

דינסטאג נובמבר 13, 2012 10:22 am

נעבעך אזוי א ליכטיג פנימ'ל זאל ליידען פון פּאַראַנאָיאַ

דינסטאג נובמבר 13, 2012 10:23 am

טייבעלע דו ווארפסט אן א שרעק

דינסטאג נובמבר 13, 2012 12:10 pm

טייבעלע, דו ביסט אפשר פון לאקשן ברעט'ס גרופע?

דינסטאג נובמבר 13, 2012 12:17 pm

טייבעלע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען דארף זיך אריינלייגן איינער מאכן שלום צווישען "טייבעלע" און "פריילאך", שוין א לאנגע צייט וואז זיי פליען אוועק איינער פון די אנדערער!

איך פלי איהם טאקע אנקעגען און באגריס איהם מיט שלו', זעהסט נישט די עלי זית אינעם מויל, און מיין בריוועלע ביי מיינע פיסאלעך.


פארצייל מיר נישט קיין מעשיות, ווען איך בעהט דיך די ענוועלאפ, באהאלטסטו עס צווישן די פיסעלעך און מאכסט ויברח. הלמאי?

דינסטאג נובמבר 13, 2012 12:23 pm

יוי איז דאס שרעקוועדיג!

דינסטאג נובמבר 13, 2012 12:23 pm

פריילאך האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען דארף זיך אריינלייגן איינער מאכן שלום צווישען "טייבעלע" און "פריילאך", שוין א לאנגע צייט וואז זיי פליען אוועק איינער פון די אנדערער!

איך פלי איהם טאקע אנקעגען און באגריס איהם מיט שלו', זעהסט נישט די עלי זית אינעם מויל, און מיין בריוועלע ביי מיינע פיסאלעך.


פארצייל מיר נישט קיין מעשיות, ווען איך בעהט דיך די ענוועלאפ, באהאלטסטו עס צווישן די פיסעלעך און מאכסט ויברח. הלמאי?


וואס עפעס א ויברח?! זעסט דען נישט אז איך בלייב אויפן זעלבען ארט, איך פלי נישט אוועק,
און דאס אז איך בלייב שטיין אויף איין ארט איז זאלסט קענען ליינען דעם בריוועלע.

דינסטאג נובמבר 13, 2012 12:27 pm

ידיד האט געשריבן:טייבעלע, דו ביסט אפשר פון לאקשן ברעט'ס גרופע?

ניין, גארנישט מיט מיר.

דינסטאג נובמבר 13, 2012 5:03 pm

איך פריי מיך צו הערן אז טייבאלע איז צוריק בשלום.

אזעלכע שרעקעדיגע מעשיות... ברענג נאך.

דינסטאג נובמבר 13, 2012 8:44 pm

היצטער וויל איך זיך באדאנקען פאר די וואס האבן גבעטען פאר מיין וואולזיין, כ'ווייס טאקע נישט ווער אלץ, אבער כ'גלייב אז עס זענען געוועהן וואס האבן,
עס איז געוועהן א שווערע קאמפליצירטע מיסיע, מיט דאנק און לויב צו השי"ת זענען מיר דא צוריק.

מיטוואך נובמבר 14, 2012 6:27 am

טייבעלע'ס מעשה לערנט אונז אז אויב מען האט א מיסיע דארף גארנישט אפשרעקען פון דורך צו פיהרען די מיסיע....
שרייב א תגובה

Advertisement