בלאט 52 פון 213
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:09 pm
דורך טייבעלע
עס איז נישט נאר ביי מוחה זיין, אפי' א קליינע "הערה" צו זאגן איז אויך אזוי, מען דארף דאס דורך טראכטען און דורך זייען
פאר מען זאגט, וויסען ווי אזוי צו זאגן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 10:29 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
יעצט האב איך געהאט צוויי מינוט האב איך דא אריינגטאנצט
א גוטע נאכט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 5:36 am
דורך שויתי'ניק
אנגעהויבן ב"ה מס' ר"ה בבלי, כן אזכה לסיימו בקרוב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 8:18 am
דורך מאנ-יימער
טייבעלע האט געשריבן:ב"ה מסיים געוועהן ירושלמי ראש השנה.
ס'ערשטע מאל? אין איין וואך? חילך לאורייתא
כשם שסיימת מסכתא זו וכו'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 9:17 am
דורך טייבעלע
מאנ-יימער האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:ב"ה מסיים געוועהן ירושלמי ראש השנה.
ס'ערשטע מאל? אין איין וואך? חילך לאורייתא
כשם שסיימת מסכתא זו וכו'
אמן. יישר כח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:01 pm
דורך טייבעלע
שויתי'ניק האט געשריבן:אנגעהויבן ב"ה מס' ר"ה בבלי, כן אזכה לסיימו בקרוב.
דער בו"ע זאל דיר געבען פארשטאנד אין זיין הייליגע תורה, ולב להבין ומח לזכור,
מיט א סאך סייעתא דשמיא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:41 pm
דורך טייבעלע
טייבעלע האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:מיר זענען זייער פארנומען אין די טעג מיט די צוגרייטונג אויף די גרייטקייט פאר אונזער קומעדגע מיסיע.
מר האבען אין די לעצטע צוויי טעג דורך געליינט הונדערטע בלעטער, און דורך געגאנגען אלע איינצעלהייטען,
און מיר האבען אויך צוגעצייכענט אונזערע הערות אויף געוויסע איינצעלהייטען וואס מיר האבען געהאלטען
אז מען דארף דאס איבערקלערען, און דערווייל האט מיין אויבערהאר מיר אריין געשיקט נאך א פעקעל פון
הונדערטע בלעטער וואס מיר דארפען איבער גיין אלע איינצעלהייטען, און דא אויך וועט מען לכאו' צוצייכענען
אונזערע מיינונגען.
ב"ה נעכטען איז מען דורך געגאנגען ארום פינף הונדערט בלעטער, און היינט די לעצטע הונדערט בלעטער,
און צוגעצייכענט אונזער מיינונגען וואו מען האט געהאלטען אז מען דארף בייטען, און דאס איז פיינעל.
און אויך הערן מיר אז אין די קומעדיגע וואך גייען מיר דארפן דורך גיין די מאפע, מיר בעטען דעם בו"ע אז אלעס זאל דורך גיין אהן קיין שום מכשול, און מיט א פולער סוקסעס, זאלן די שערי רחמים זיין אפען פאר אונז, און די
אלע תפילות וואס ווערען געבעהטען פאר אונזערט וועגען שיעלו לפני כסא הכבוד, און עס זאל מקוים ווערען טרם יקראו ואני אענה, עוד הם מדברים ואני אשמע, און מיר זאלן זיך צוריק קערען בשלו', שלו' בגוף ובנפש ובנשמה.
און האפענטלעך די חברים דא וועלען בעטען אויף אונז, עס וועט זיין א שווערע קאמפליצירטע מיסיע, מען דארף תפילות, קיין דאטום איז נאך נישט געגעבן געווארן, און ווען עס וועט זיין וועט מען עס נישט קענען ארויסגעבען,
און ביז דא קען איך מיט טיילען אין די נושא, און יש"כ למפרע אויף אייערע תפילות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 11:40 pm
דורך געלעגער
Sounds so scary...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:14 am
דורך msp
rabeinu yoino
be matzliach and bring us back besuros toivos
ketziporim ofois, kein yugein hashem tzevokois
may you return kayoinim el aruboiseihem
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:17 am
דורך מאנ-יימער
גייט מען קענען מיטהאלטן די מיסיע לעבעדיג אינעם סיטואציע צימער?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:20 am
דורך טייבעלע
msp האט געשריבן:rabeinu yoino
be matzliach and bring us back besuros toivos
ketziporim ofois, kein yugein hashem tzevokois
may you return kayoinim el aruboiseihem
אמן, אזא ווארעמע ברכה יש"כ.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:36 am
דורך טראנספארט
msp האט געשריבן:rabeinu yoino
be matzliach and bring us back besuros toivos
ketziporim ofois, kein yugein hashem tzevokois
may you return kayoinim el aruboiseihem
וואס איז געשען? די ווילקאמיר'ס פילטער בלאקט אידיש?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:37 am
דורך טייבעלע
מאנ-יימער האט געשריבן:גייט מען קענען מיטהאלטן די מיסיע לעבעדיג אינעם סיטואציע צימער?
ווער עס דארף מיטהאלטן וועט דאס מיטהאלטן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:38 am
דורך יוסף שרייבער
טראנספארט האט געשריבן:msp האט געשריבן:rabeinu yoino
be matzliach and bring us back besuros toivos
ketziporim ofois, kein yugein hashem tzevokois
may you return kayoinim el aruboiseihem
וואס איז געשען? די ווילקאמיר'ס פילטער בלאקט אידיש?
רבינו שליט"א איז אין מארינבאד.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:59 pm
דורך טייבעלע
געלעגער האט געשריבן:Sounds so scary...
זיי נישט אזוי דערשראקען עס איז נישט די ערשטע מאל, לעצטע מאל טאקע האבן מיר געדארפט ווערן באזיכט פונעם מעדיק,
עס איז געוועהן א חשש אז מ'וועט דארפן א קליינער אפעראציע, אבער עס איז נישט געוועהן אין א געפאר, האט מען באקומען
אביסעל אנטיבייאטיק, און ממשיך געוועהן די מיסיע, און ב"ה מען איז אהיים געקומען איז שוין אלעס געוועהן אויף א גוטן צושטאנד.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 12, 2012 10:28 pm
דורך טייבעלע
מען האט שוין גבענטשט ר"ח אלול, עס גייט אדורך א טרייסעל, מען דערמאנט זיך די גוטע צייטן ווען מיר זענען געוועהן אין ישיבה,
עס בענקט זיך צו די טייערע דערהויבענע צייטן וואס מיר האבן דעמאלט געהאט אין די ימי הרחמים והרצון, איי איז דאס געוועהן גוט,
עס איז געווארן ר"ח אלול, מען האט געלערנט שעות אהן קיין הפסק, מען האט נישט גערעדט קיין דברים בטלים דברי חול פון ר"ח
אלול ביז נאך יוה"ק, מען דערמאנט זיך אין יענע טייערע צייטען, איי ווי עס בענקט זיך.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:53 am
דורך msp
כאטש עס בענקט זיך
כאטש עס איז דא נאך וואס צו בענקען
אנדערע לעבען אין ~בליספול~ איגנארענס....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:56 am
דורך טייבעלע
דער רבי האדמו"ר הריי"ץ
האט געזאגט: דער בעש"ט האט געזאגט אז א ברכה פון א גוטע פריינד איז חשוב
אין הימעל אנגעגומען צו ווערען מעהר ווי די המלצה טובה און התעוררות רחמי שמים פון מלאך מיכאל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:53 pm
דורך טייבעלע
ב"ה מיר זענען היצטער צוריק געקומען פון געבען עסען פאר די פייגעלעך.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:27 pm
דורך שויתי'ניק
טייבעלע האט געשריבן:מען האט שוין גבענטשט ר"ח אלול, עס גייט אדורך א טרייסעל, מען דערמאנט זיך די גוטע צייטן ווען מיר זענען געוועהן אין ישיבה,
עס בענקט זיך צו די טייערע דערהויבענע צייטן וואס מיר האבן דעמאלט געהאט אין די ימי הרחמים והרצון, איי איז דאס געוועהן גוט,
עס איז געווארן ר"ח אלול, מען האט געלערנט שעות אהן קיין הפסק, מען האט נישט גערעדט קיין דברים בטלים דברי חול פון ר"ח
אלול ביז נאך יוה"ק, מען דערמאנט זיך אין יענע טייערע צייטען, איי ווי עס בענקט זיך.
וועלכע ישיבה איז דאס געווען אזוי דערהויבן?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 8:29 pm
דורך טייבעלע
שויתי'ניק האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:מען האט שוין גבענטשט ר"ח אלול, עס גייט אדורך א טרייסעל, מען דערמאנט זיך די גוטע צייטן ווען מיר זענען געוועהן אין ישיבה,
עס בענקט זיך צו די טייערע דערהויבענע צייטן וואס מיר האבן דעמאלט געהאט אין די ימי הרחמים והרצון, איי איז דאס געוועהן גוט,
עס איז געווארן ר"ח אלול, מען האט געלערנט שעות אהן קיין הפסק, מען האט נישט גערעדט קיין דברים בטלים דברי חול פון ר"ח
אלול ביז נאך יוה"ק, מען דערמאנט זיך אין יענע טייערע צייטען, איי ווי עס בענקט זיך.
וועלכע ישיבה איז דאס געווען אזוי דערהויבן?
וועלכע ישיבה איז נישט דערהויבן, כי האדם יראה לעינים וד' יראה ללבב.
אז דו האסט שוין געפרעגט וועל איך פארציילן א קליינע געשיכטע מיט א בחורל דארט אין ישיבה וואס איך האב עס מיטגעהאלטן,
עס איז געוועהן אן אינגערמאן וואס איז געוועהן אן אנגעשטעלטער אין ישיבה, ער האט שוין געהאלטן א שיינע פאר יאר נאך זיין
חתונה, אבער צו קיין קינדער האט ער נאכנישט געהאט זוכה געוועהן, ער איז שוין געגאנגען צו זיין רבי עטליכע מאל און דער רבי
האט איהם צוגעזאגט, אבער ער איז ליידער נישט געהאלפען געווארן.
איין יאר פורים איז עס געוועהן, איינע פון די וואוילע בחורים וואס מען האט ארויפגעקוקט אין ישיבה איז געוועהן גאר אנגעטרונקען שטארק
בגילופין, פארשטייט זיך ער האט געהאט טאטאל קאנטראל אויף זיך, איז פונקט דער אינגערמאן געוועהן דארט, גייט ער צו איהם און בעט
איהם א ברכה, זאגט איהם דער בחור וואס ווילסטו פון מיר האסט א רבי גיי צו איהם, ער איז א גרויסער איד, זאג איהם היינט איז פורים ער
זאל דיר מבטיח זיין מיט א שטארקייט, יענער אינגערמאן לאט נישט אפ, ער בעט זיך, האב איך אויך אריינגעווארפען מיינע ווערטער לטובה,
נעמט דער בחור איהם אין א זייט און ער האט איהם געזאגט עפעס פריוואט, און דערנאך האט ער איהם געזאגט בקול מיט א פעסטקייט,
איך זאג דיר צו אז ביז דער אנדער יאר פורים האסטו א קינד, און אז דו האסט נישט דיין אייגען זכות האסטו מצורף מיינע וכו' נאך שטארקע
ווערטער.
דאס אנדער יאר אין חודש שבט האט יענער ב"ה וב"ש ית' געהאט א מיידל, דער מיידל ב"ה האט שוין חתונה געהאט, און ב"ה שטעלט שוין
אויף איר אייגען שטוב, און דערנאך ב"ה האט דער אינגערמאן געהאט נאך קינדער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:18 am
דורך שויתי'ניק
זייער א שיין מעשה, ס'איז מקובל פון צדיקים אז א פורים רב האט א כח
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:40 am
דורך msp
ואני אומר אז נישט די ישיבה איז דער עיקר
נאר דער בחור
אנ'ערנסטע בחור וועט איבעראהל לערנען און דינען דעם באשעפער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:59 am
דורך msp
די כולל חבת ירושלים רמבעה"נ האט זיך אונטער געגעבען און צו געשטעלט פערציג טעג דאווענען ביים כותל
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:07 am
דורך טייבעלע
שויתי'ניק האט געשריבן:זייער א שיין מעשה, ס'איז מקובל פון צדיקים אז א פורים רב האט א כח
און עס איז דא וואס האבן א כח אהן זיין א פורים רב.
אין ספה"ק שטייט יעדער איד קען זיך אויסבעטען פורים, כל הפושט יד נותנים לו.