בלאט 45 פון 213
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 11:04 am
דורך שויתי'ניק
מיר וועלן מוחל זיין די לענג,
דער עיקר ער זאל שרייבן, און טאקע דייקא דא ברבים!
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 11:25 am
דורך טייבעלע
אויב מען קען קוקען אן ערך פון 700 מייל ווייט און דערמיט איז נאך דא שטעט און דערפער קענסטו זעהן פון וואסילא קיין סיביר,
און פון פעירבענק איז ס"ה אן ערך פון 100 מייל נענטער.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 11:31 am
דורך מאנ-יימער
טייבעלע האט געשריבן:אויב מען קען קוקען אן ערך פון 700 מייל ווייט און דערמיט איז נאך דא שטעט און דערפער קענסטו זעהן פון וואסילא קיין סיביר,
א קשיא אויף א מעשה, פרעג מרת שרה פעילין, זי קען זעהן
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 11:34 am
דורך טייבעלע
מאנ-יימער האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:אויב מען קען קוקען אן ערך פון 700 מייל ווייט און דערמיט איז נאך דא שטעט און דערפער קענסטו זעהן פון וואסילא קיין סיביר,
א קשיא אויף א מעשה, פרעג מרת שרה פעילין, זי קען זעהן
קען זיין ווען זי איז געוועהן אוט אף ספעיס

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 2:47 am
דורך leiby
אז איך האב געטוישט צו די קעי9 בראוזער אויפן פאון, און צוליב די שלעכטע אויסשטעל האב איך געמוזט אראפנעמען די אפשען פון זעהן די חתימה פונעם עולם, אשע״כ בעט איך דעם עולם, ווען מ'טוישט די חתימה זאל מען שרייבןע א קאפי דערפון אין א חתימה אשכול, כ'זאל קענען זיין אפדעיטעד...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 4:27 am
דורך מכטי1
leiby האט געשריבן:אז איך האב געטוישט צו די קעי9 בראוזער אויפן פאון, און צוליב די שלעכטע אויסשטעל האב איך געמוזט אראפנעמען די אפשען פון זעהן די חתימה פונעם עולם, אשע״כ בעט איך דעם עולם, ווען מ'טוישט די חתימה זאל מען שרייבןע א קאפי דערפון אין א חתימה אשכול, כ'זאל קענען זיין אפדעיטעד...
כ'טרעף נישט דעם אשכול דא האסטו מיין חתימה
דער עולם איז אין א פרייליכע גוסטע!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 6:10 am
דורך קיטשי
איך שרייב א תגובה יעצט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 12:44 pm
דורך SPUSMN
איך ליין א תגובה יעצט (נישט יעצט ממש, נאר א 3 סעקונדעס צוריק).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 3:27 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
מ'קען שוין צוריק גיין צודי ארגינעלע טעמע פון דעם מעשכול
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 3:29 pm
דורך מאנ-יימער
אז די אשכול האט קיינמאל קיין ארגינעלע טעמע נישט פארמאגט
כ'מיין מ'איז שוין צוריק....
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 3:37 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
אז מ'האט די מינוט ארויסגעריקט די גאנצע דין ודברים וועגן די אויל
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 3:54 pm
דורך SPUSMN
אז מען שמירט פארט עס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:03 pm
דורך טייבעלע
שויתי'ניק האט געשריבן:מיר וועלן מוחל זיין די לענג,
דער עיקר ער זאל שרייבן, און טאקע דייקא דא ברבים!
איך האב איבערגעטראכט דיינע ווערטער און איך קען באשטיין זיך אינטערווארפען אייערע פארלאנגען אבער עס וועט נעמען צייט ביז ווען
איך וועל ענדיגען שרייבן, דכידוע ליודעי דבר אז ווען מען שרייבט פראבירט מען בס"ד מדייק זיין על כל קוץ וקוץ און בפרט בדברי תורה
און דאס נעמט צייט.
אויך טראכט איך קודם ענדיגן שרייבן די ווערטער וואס מען האט בס"ד געזאגט פסח, עס איז נאכנישט דא אין דעם א קלארע שטעלונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:06 pm
דורך מאנ-יימער
אז אפצושרייבן פאר דיר למען יעמדו ימים רבים איז טאקע גוט צו מדייק זיין על קוץ וקוץ
אבער כדי צו האלטן די אידן דא ביים לעבן איז גוט סיי וויאזוי, דער עיקר מ'זאל פארשטיין
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:08 pm
דורך יוראפ
אפשר לייגן צוביסלעך כאטשיג?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:09 pm
דורך SPUSMN
אז וואס מאן-יימער זאגט, איז על הכלל כולו יצא. יעדער זאל שרייבען כמו שהוא זיינע רעיונות און מדייק זיין שפעטער (ווען מען האלט שוין ביים ארויס געבען א ספר).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:09 pm
דורך טייבעלע
עס גייט נישט אזוי! ווער קען דען שרייבן אנדערש, מ'דארף איבער גיין יעדער ווארט עטליכע מאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:12 pm
דורך SPUSMN
זאגסט מיר? איך בין א פערפעקשעניסט, וועגען דעם שרייב איך גארנישט.

לערען זיך נישט פון מיר. Do as I preach, not as I do
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:25 pm
דורך טייבעלע
איך ווייס נישט אויב עס איז אלס פערפעקשעניסט ווייל למשל ווען עס איז געוועהן אין ישיבה די בחינות ווי שווער עס זאל נאר
זיין איז דרך כלל מיין ענטפער נישט געוועהן מער פון א האלבע שורה, און איז געוועהן געשריבן קלאר אין דייטליך ארויס גברענגט
א יעדער נקודה, אפי' ווען עס איז געוועהן גפעכע אין די מפורשים האב איך גשריבן אלע דיעות אבער קורץ און שארף, עס איז
געגאנגען עד כדי כך אז מיין מגיד שיעור איז ארויס פון די כלים און זיך איינמאל אהנגערופן צו מיר אז די אנדערע וואך וועט ער
שרייבען א זעלעכע שאלות אז איך וועל זיך נישט קענען ארויס דרייען פון שרייבן קורץ, דענסמאל איז עס טאקע געוועהן מיין
לענגסטע תשובה א שורה און א האלב.
און מיינט נישט אז ווען איך האב געשריבן קורץ האט מען נישט גקענט שרייבן לאנג עס זענען געוועהן בחורים וואס האבן נישט
אלעס ארויס גברענגט און דאך געשריבן איןן תשובה א האלבע בלאט און א מאל אזוי לאנג ווי א בלאט און א האלב, איך רעד
פון די פיינע קעפ גוטע בחורים.
איז יעצט וועט איר פרעגען וא"כ מאי שנא הכא? יעדער זאך האט זיך זיין אופן פון שרייבן דארט קען דאך דער מגיד שיעור די גמ'
ער וויל נאר זעהן אויב איך קען אויך שרייב איך די קערצטע וואס איז מעגלעך, דא דארף מען מסביר זיין ווי מען איז מסביר א קליין
קינד דאס איז א יסוד פאר מען זאגט עפעס ברבים א ז זאלסט טראכטען כאילו דו רעדסט צו איינעם וואס קען נאר א' ב' און דארפסט
מסביר זיין אלעס שטייט און צונעמען יעדע נקודה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 10:36 am
דורך שויתי'ניק
זייער ריכטיג, אבער דאך יעדן טאג אביסל, וועט זיך אנפילן א פילער שיסל. (כ'מיין אשכול)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 7:31 am
דורך msp
יא יא
טייבעלע מאך השבעת הקולמוס...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 10:57 am
דורך טייבעלע
msp האט געשריבן:יא יא
טייבעלע מאך השבעת הקולמוס...
עס שטייט ביי יוסף הצדיק ער האט געזאגט פאר'ן שר המשקים "וגם פה לא עשיתי מאומה",
האב איך געהערט פון מיין פאטער זז"ג וואס האט דא יוסף הצדיק געוואלט ארויסברענגען?
האט מיין פאטער זז"ג געזאגט אזוי, יוסף הצדיק האט דאך געלערענט אלעס פון זיין פאטער
יעקב כל מה שלמד בשם ועבר מסר ליוסף, האט ער דאך געלערנט מיט יוסף הצדיק די חכמה
אלו' און קבלה מעשיות, אויב אזוי ווען די ברודער האבן אריין געווארפען יוסף הצדיק אין דעם
גרוב האט ער דאך זיך געקענט באנוצען מיט די שמות הקדושים וואס זיין פאטער האט איהם
אויסגעלערנט, אבער ער האט דאס נישט געטוהן, וכן און אזוי האט ער זיך געקענט באנוצען
מיט די שמות הקדושים אויף זיך ראטעווען פון אשת פוטיפר און ער האט דאס נישט געטוהן,
נאר אייביג זיך געלאזט פירען בהשגחה עליונה.
דאס האט ער געזאגט פאר דעם שר המשקים, זאלסט וויסען נישט נאר ווען מיינע ברודער האבן
מיר אריין געווארפן אין גרוב האב איך זיך נישט משתמש געוועהן מיט די שמות הקדושים זיך צו
ראטעווען פון זיי, נאר אפי' דא "וגם פה לא עשיתי מאומה" האב איך זיך נישט משתמש געוועהן
מיט די שמות הקדושים זיך צו ראטעווען אפילו איך האב געקענט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 11:06 am
דורך טראנספארט
מיינסט ארויסצוברענגען אז דו קענסט, און דאך טוסט עס נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 11:16 am
דורך טייבעלע
איך מיין ארויסצוברענגען אז אפי' ווען יוסף הצדיק האט געקענט האט ער זיך נישט באנוצט דערמיט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 11:17 am
דורך SPUSMN
דערמאנסט מיר א מעשה. ווען רבי שמעון סופר איז אויף גענומען געווארען אלס רב און קראקא און געדארפט געבען זיין איינצוג'ס דרשה, האבען די למדנים און שטאדט זיך געגרייט אים צו צורייסען.
הייבט ער אן זיין דרשה מיט א מעשה, אז און פרעשבורג איז געווען א איד א מחלל שבת וואס האט געהאלטען זיין געשעפט אפען און שבת, און דער חתם סופר האט געשיקט דער שמש אים ווארענען ער זאל פארמאכען דאס געשעפט, אבער דער איד האט נישט געפאלגט אפילו נאך דער צווייטע התראה. האט דער חתם סופר געשיקט דריי תלמידים און זיי אויס געלערענט א שם און געזאגט אז זיי זאלען זאגען פאר דער מחלל שבתניק אז טאמער ער פארמאכט נישט שוין דאס געשעפט וועלען זיי אים מיט א שם אוועק לייגען. דער איד האט זיך זייער דער שראקען און טאקע פארמאכט דאס געשעפט.
הייבט רבי שמעון סופר אויף זיין קול צום עולם און זאגט: מורי ורבותי, איך בין געווען איינע פון די דריי תלמידים, און איך געדענק נאך דעם שם. פארשטייט זיך אז קיינער האט שוין נישט אריין געפרעגט.