Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מאי 29, 2012 5:36 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:די שכינים האבען נישט גערופען די police?

דאכציך אז די שטילע שעות אין די סיטי איז נאר ביז 7:00am

פון ועלעכער סיטי רעדטסטו מאן-יימער?

Advertisement

דינסטאג מאי 29, 2012 5:44 pm

דערמאנסט מיר אז דער פריערדיגער באבובער רב זכרונה לברכה איז אמאל געווען און לאנדאן און איין געשטאנען ביי רבי חיים שלאף ע"ה. איז א בחור אן געקומען צו זיין אכסניא און 7:30 און דער פרי. פרעגט אים דער פריערדיגער רב ז"ל, "אזוי פרי? די ווייסט נישט אז און לאנדען איז 7:30 פארטאגס"?

און ארץ ישראל קען מען שוין הערען ווי מען בויעט הייזער און 5 פארטאגס. און 6 זענען די גאסען שוין פיל.

דינסטאג מאי 29, 2012 5:50 pm

יש"כ פאר די הילף, טאקע צו אזא בחינה האב איך מכוון געוועהן, ברוך שכיוונתי.

מיטוואך מאי 30, 2012 2:53 am

איך האב אמאהל געזעהן אנ'אינטערעסאנטע שאלה צו די לחם הפנים וואס מען האט מסדר געווען שבת פאר שבועות האט געדארפט זיין מן הישן
אדער האט מען שוין געקענט מסדר זיין מן החדש היות מען וועט עס עסען אויף שבת נאך שבועות....

מיטוואך מאי 30, 2012 8:54 am

טייבעלע האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:די שכינים האבען נישט גערופען די police?

דאכציך אז די שטילע שעות אין די סיטי איז נאר ביז 7:00am

פון ועלעכער סיטי רעדטסטו מאן-יימער?

ווען איך רעד פון די סיטי רעד איך מיין באליבטן (א ליגנט) שטאט ניו יארק און איך פארגעס אלץ אז ס'דא אידן וואס וואוינען אין אנדערע שטעט און לענדער איבער די וועלט

מיטוואך מאי 30, 2012 9:13 am

SPUSMN האט געשריבן:אז נאך א סאך אריין טראכטען און זיך א דורך שמועסען מיט ערליכע אידען וואס פארשטייען מיר, האב איך מחליט געווען אז לעת עתה, פאר דערווייל (ביז איך בין נישט און גאנצען קלאר וואס "איך פערזענליך" האב צו טוהן), איז וועל איך מאכען זיך ביי די ארבעט א ווייט ליסט נאר ארויף צו גיין דארט ווי איך דארף לצורך פרנסה, צאהלען ביללס, בענקינג, און נאר אויף סייטס ווי אייוועלט, היברו בוקס, והמסתעף (ווי דירעקט לינקס דארט ווי עס פעילט אויס).

אזוי ווי עס איז פשוט אז מען דארף זיך אונטער ווארפען דעת תורה, איז דעריבער קען זיך עס אלעס טוישען נאכדעם וואס א דעת תורה וואס קען מיין פערזענליכען מצב בגשמיות וברחניות וועט מיר זאגען אנדערש.

איך בעהט אז קיינער זאל זיך ח"ו נישט אפ לערנען פון מיר (דער צד ההיתר דערפון), ווייל עטץ קענטס מיר נישט. מיין פרופעשען איז דאך קאמפיוטערס, און בין שוין און דעם ליין לענגער ווי רוב פון ענק זענטס אויף דער עולם (האב נאך געקויפט מיט 28 יאר צוריק א 1984 טענדי קאמפיוטער און רעדיו שעק) און איך זאג בפירוש אז דאס איז אויך נישט קיין תירוץ. איך בעהט דער באשעפער אז ער זאל מיר דער לייכטען די אויגען צו וועלען און קענען עומד בנסיון זיין צו טוהן זיין רצון און צו הארכען וואס דער דעת תורה הייסט און פארלאנגט פון מיר. תם ולא נשלם.


הריני מצטרף לדברי ידידי חביבי הרב ספוזמן שליט"א
הק' משפ

מיטוואך מאי 30, 2012 9:56 am

מאנ-יימער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:פון ועלעכער סיטי רעדטסטו מאן-יימער?

ווען איך רעד פון די סיטי רעד איך מיין באליבטן (א ליגנט) שטאט ניו יארק און איך פארגעס אלץ אז ס'דא אידן וואס וואוינען אין אנדערע שטעט און לענדער איבער די וועלט

פון היינט וועל איך וויסען ווען איך וועל זיין אין ניו יארק אז פון 7:00 אינדערפרי איז שוין טאג שעות, יש"כ.

מיטוואך מאי 30, 2012 10:22 am

להד"ם טייבעלע

מיטוואך מאי 30, 2012 10:32 am

איז וואס איז דיין מיינונג ווען ענדיגט זיך די שטילע נאכט שעות אין נ"י?

מיטוואך מאי 30, 2012 11:21 am

ביי מיר 5:45

מיטוואך מאי 30, 2012 11:39 am

טייבעלע האט געשריבן:איז וואס איז דיין מיינונג ווען ענדיגט זיך די שטילע נאכט שעות אין נ"י?

אין די סיטי עקזיסטירט נישט קיין שטילע שעות בכלל.

מיטוואך מאי 30, 2012 11:40 am

שלומי יענער צייט האלט מען שוין ביים ענדע פון שחרית היינט צו טאג.
לעצט פאראכטן דורך טייבעלע אום מיטוואך מאי 30, 2012 11:41 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 30, 2012 11:40 am

ווינקל האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:איז וואס איז דיין מיינונג ווען ענדיגט זיך די שטילע נאכט שעות אין נ"י?

אין די סיטי עקזיסטירט נישט קיין שטילע שעות בכלל.

די שטילע שעות איז להלכה ולא למעשה

מיטוואך מאי 30, 2012 3:26 pm

ב"ה איבער דעם יו"ט שבועות האבן מיר געזאגט צוויי שמוסען.

מיטוואך מאי 30, 2012 4:00 pm

טייבעלע האט געשריבן:ב"ה איבער דעם יו"ט שבועות האבן מיר געזאגט צוויי שמוסען.

אויב קענען מיר אויך הנאה דערפון וואלט איך דיר שטארק דאנקבאר געווען

מיטוואך מאי 30, 2012 4:32 pm

עס איז זייער לאנג און ווען איך שרייב ווערט עס נאך לענגער ווייל עס ווערט ניתוסף געדאנקען ב"ה ממש כמעין המתגבר,
איך האלט נאך אינמיטען שרייבען וואס כ'האב בס"ד גזאגט האי שתא ביו"ט פסח און עס איז נאנישט גענדיגט,זאל איך
אנהייבן שרייבן א צווייטע געדאנק וואס דאס גיי איך אפשר אויך נישט ענדיגען, איך געדענק נאך אין די יארען וואס איך
פלעג שרייבן יעדען געדאנק א סאך מאל האט זיך געמאכט אז כ'האב געהאט ממש א קליינעם געדאנק צו שרייבן וואס
וואלט נישט געדארפט זיין מער פון א שורה און א האלב און ווי נאר כ'האב אנגעהויבן שרייבן האט זיך עס געשריבן אויף
עטליכע גרויסע ליגעל סייז בלעטער אין א מאל האט דאס געקענט צוקומען מער פון צען בלעטער, עס איז שווער צו שרייבן
אזוי פיהל.

מיטוואך מאי 30, 2012 7:28 pm

שיק מיר אין אישי דיינע געדאנקען

ייש"כ למפרע
שלומי

דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:32 am

טייבעלע האט געשריבן:ב"ה איבער דעם יו"ט שבועות האבן מיר געזאגט צוויי שמוסען.

וואו אין אלאסקא?

דאנערשטאג מאי 31, 2012 5:41 am

אהנמעגליך...
די אייז וואלט דאך אינגאנצען פארשמאלצען געווארען דורך זיינע ווארעמע ווערטער...

פרייטאג יוני 01, 2012 5:12 am

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:שיק מיר אין אישי דיינע געדאנקען

ייש"כ למפרע
שלומי

וואס עפעס אין אישי? פארגינסט אונז נישט?

פרייטאג יוני 01, 2012 8:47 am

msp האט געשריבן:אהנמעגליך...
די אייז וואלט דאך אינגאנצען פארשמאלצען געווארען דורך זיינע ווארעמע ווערטער...

נישטא קיין אייז היצטער, למשל היינט איז אין פעירבענקס אלאסקא ארום 50 פערענהייט און פארוואלקענט, לכאו' גייט רעגענען שפעטער אין טאג.

פרייטאג יוני 01, 2012 9:03 am

טייבעלע, קענסט זעהן סיביר פון דיין פענסטער?

פרייטאג יוני 01, 2012 9:32 am

מאנ-יימער האט געשריבן:טייבעלע, קענסט זעהן סיביר פון דיין פענסטער?

פון פעירבענקס קען מען נישט זעהן סיביר.

פרייטאג יוני 01, 2012 10:04 am

שויתי'ניק האט געשריבן:
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:שיק מיר אין אישי דיינע געדאנקען

ייש"כ למפרע
שלומי

וואס עפעס אין אישי? פארגינסט אונז נישט?


ער זאגט דאך אז עס איז צו לאנג ארויפצולייגן!

פרייטאג יוני 01, 2012 10:50 am

טייבעלע האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:טייבעלע, קענסט זעהן סיביר פון דיין פענסטער?

פון פעירבענקס קען מען נישט זעהן סיביר.

אויב פון וואסילא קען מען עס זעהן דארף מען דאס אויך קענען זעהן פון פעירבענקס
שרייב א תגובה

Advertisement