בלאט 428 פון 432

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 2:24 pm
דורך גיב א שמייכל
Capture.JPG
Capture.JPG (54.46 KiB) געזעהן 1402 מאל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:21 pm
דורך פרייזן
ווער סהאט א פיקטשער פון א רבי קען עס דא לייגן
viewtopic.php?f=63&t=20930&start=500

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:37 pm
דורך קלאָצקאָפּ
פרייזן האט געשריבן:ווער סהאט א פיקטשער פון א רבי קען עס דא לייגן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=500

קאץ אדער מייז אלערט...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:41 pm
דורך גרעסער
צ\ק
מ'האט למעשה נישט געמאכט די בנין גאלדבערגער סיין מיט ווארד

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:39 pm
דורך אהרן הלוי
צ\ק
אויב פון הימל האט מען אייך מגלה געווען אז אייער עבודה איז צו שרייען ביים דאווענען ווי א (...) דאן ביטע טוט אייך א טובה און קוקט אייך כאטש פאָר די עברי

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:27 pm
דורך בעל דמיון
כ'העב דיר עס שוין בעצם לאנג געוואלט זאגן אבער יעצט קענעך מיך מער נישט איינהאלטן.
האסט ליב צו טוען טובות פאר יודן? איז לייג צו נאך א טובה צו דיין ליסט:
לאז דיך אפרישיעטען!
כ'ווייס אז די דארפסט עס נישט, אבער איך אלץ מענטש מיז עס טוען, צו ס'איז א מתנה אדער א קארטל אדער קויפן אן עלי' וכדו'
יעצט לעצם הענין, איך גיי דיר שיקן עפעס אויף שבת אי"ה דזשאסט פלעין באדאנק זיך און האלט עס עטליסט ביז נאך שבת!
ווייסטו וואס, ס'אשאד דאס רעדן, מוחל טובות!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:30 pm
דורך ויתן לך
אז ווען איך וויל וויסן ווי די עקאנאמי האלט, דארף איך נישט אריינגיין אין די עקאנאמי נייעס אשכול, עס איז מיר גענוג צו זעהן ווער עס שרייבט דארט, אין איך ווייס שוין

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:12 pm
דורך ניס קראכער
צ/ק
אז ס'איז דא לעצטנס אפענע סלאטס דא
כאפט אריין

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:14 pm
דורך לעווינגער
צ/ק (איך ווייס נישט וואס ס'מיינט אבער עס פילט זיך ריכטיג דאס צו לייגן..)

איך האב עכט נישט ליב זיך אפצורעדן, זיכער נישט אויף זאכן צו וואס יענער איז בארעכטיגט, אוודאי נישט ווען איך אליינס בין אין א געוויסע זין א טייל פונעם פראבלעם, און נאך ווייניגער ווען די לעזונג דערצו וואלט געווען אוממעגליך אדער אין בעסטן פאל זייער נישט איינפאך אדער גרינג - אבער די איבערפלוס פון די מאונטענס אידן אין וויליאמסבורג איז אביסל איבערשטרענגנד.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:22 pm
דורך nmi
לעווינגער האט געשריבן:צ/ק (איך ווייס נישט וואס ס'מיינט אבער עס פילט זיך ריכטיג דאס צו לייגן..)


צום קעפל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 10:51 am
דורך לעגאו מענטשעלע
צ/ק
אז איך האב באקומען דיין ראבא קאל און איך האב אראפגעהאקט! איז פארוואס רופסטו צוויי מינוט שפעטער נאכאמאל? און איך האק נאכאמאל אראפ און אודך!... פארוואס מיינסטו אז ביי די פערטע מאל גיי איך ווערן דיין פרענד?!...
מאדנע!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:47 pm
דורך נאך פונדערהיים
צ/ק

לעצטנס ווען איך פאל אריין אין קרעטשמע דא פיל איך זיך וואו אין א ישיבה קטנה

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:06 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
נאך פונדערהיים האט געשריבן:צ/ק

לעצטנס ווען איך פאל אריין אין קרעטשמע דא פיל איך זיך וואו אין א ישיבה קטנה

צ/ק
אז איך גלייך דיין אונטערשריפט...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:12 pm
דורך נו גוט נו שוין
נאך פונדערהיים האט געשריבן:צ/ק

לעצטנס ווען איך פאל אריין אין קרעטשמע דא פיל איך זיך וואו אין א ישיבה קטנה


דאקטוירים זאגן אז ס'איז דא ערענסטע שאנסן אז....



איר פילט נישט גוט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 3:50 pm
דורך שפיגליצקי
ר' איד, פון יענעם דאקטאר דארף מען היינט אוועק נעמען זיין לייסענס.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 3:56 pm
דורך פאקטען
נאך פונדערהיים האט געשריבן:צ/ק

לעצטנס ווען איך פאל אריין אין קרעטשמע דא פיל איך זיך וואו אין א ישיבה קטנה

מאכט זיכער צופאלן אויף די אנדערע זייט..
געווען אפאר פיינע ארטיקלען דא לעצטנס

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:38 pm
דורך kollel yingerman
פאקטען האט געשריבן:געווען אפאר פיינע ארטיקלען דא לעצטנס

ווי למשל?

רעכן אויס די נעמען צו געבן חיזוק פאר די יעניגע אנצוגיין

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:40 pm
דורך ניס קראכער
צום וואנט

נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל
האט ער געמאכט א טעות, אין מיר געמאכט ארויס נעמען מיין טעלעפון אינמיטן שווער ארבייטן צו הערן זיינע שטותים וואס ער האט צו פארקויפן

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:56 pm
דורך שטאלצער יוד
ניס קראכער האט געשריבן:צום וואנט

נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל
האט ער געמאכט א טעות, אין מיר געמאכט ארויס נעמען מיין טעלעפון אינמיטן שווער ארבייטן צו הערן זיינע שטותים וואס ער האט צו פארקויפן

וויפיל איז די שיעור?
גענוג שוין גענוג. גענוג שוין גענוג. :x

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:17 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
שטאלצער יוד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:צום וואנט

נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל
האט ער געמאכט א טעות, אין מיר געמאכט ארויס נעמען מיין טעלעפון אינמיטן שווער ארבייטן צו הערן זיינע שטותים וואס ער האט צו פארקויפן

וויפיל איז די שיעור?
גענוג שוין גענוג. גענוג שוין גענוג. :x

שוין איבערגענוג! :-(

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 6:16 pm
דורך ישרן
ניס קראכער האט געשריבן:צום וואנט

נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל
האט ער געמאכט א טעות, אין מיר געמאכט ארויס נעמען מיין טעלעפון אינמיטן שווער ארבייטן צו הערן זיינע שטותים וואס ער האט צו פארקויפן

ווען ער וואלט כאטש געגעבן די אפציע צו רעדן צו א מענטש אדער כאטש לאזן א מעסעדש אים לאזן צו הערן וואס עס קומט אים וואלט כאטש געווען א האלבע צרה, דער עיקר פראבלעם איז אז מען בליייבט מיט'ן כעס אין בויך, כאטש קען מען עס שרייבן אויף אייועלט און האפן אז באלד קומט ער שוין אן מיט די גרויסע אותיות אזש מען וועט מוזן פארפארן דעם אשכול...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:47 pm
דורך עכט היימיש
צ/ק
איך האב זיך דאך שוין יא אראפגעסיינט!

הער אויף!

נישט מיט הושענא, און נישט מיט גארנישט! סטאפ!

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:11 pm
דורך קלאָצקאָפּ
צ"ק: דאסמאל איז עס 'בטעות' געקומען פון אן אנדערן נומער...

כשקאנאנונג פארוואס :x

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:20 pm
דורך לכאורה
צ/ק
איך האב מיך שוין אויך אראפגעסיינט און ער רופט ווייטער

כ'קען שוין קוים ווארטן אים צו טרעפן אמאל פנים אל פנים

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:11 pm
דורך סקאראמוטשי
אבער ער האט אליינס קלאר געזאגט אז דאסמאל רופט ער נאר מענטשן וואס האבן איהם געגעבן די לעצטע ווייס איך ווי לאנג