בלאט 426 פון 432

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:52 pm
דורך נו גוט נו שוין
וויי געוואלד... אויב אויך די דאזיגע, וואס האבן זיך געהאלטן אזוי פעסט און שטארק, דורכאויס די אלע שווערע נסיונות, און שטורמישע צייטן, ווען די בייזע ליבעראלע ווינטן, האבן אראפגעבלאזן די לעיבלען פון די אלטע טראדיציאנאלע דרוקסארט, האבן זיך שוין אויך געבראכן.....

נו טא מיט וועמען וועלן מיר קעגן משיח'ן גיין??....

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:56 pm
דורך nmi
לאמיר ווי פריער כאפן פיקטשערס פון די אלטע מינע בעגס פאר די רעקארדס.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 12:38 pm
דורך דממה דקה
צ\ק

די סיטי רעכנט זיך מיט די אידיש רעדנדע געמיינדע
דא איז א אידישע רעגיסטראציע פארם, צו באקומען לייסענס צו האבן א כלב.

https://www1.nyc.gov/assets/doh/downloa ... orm-yi.pdf

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 12:59 pm
דורך farshlufen
דממה דקה האט געשריבן:צ\ק

די סיטי רעכנט זיך מיט די אידיש רעדנדע געמיינדע
דא איז א אידישע רעגיסטראציע פארם, צו באקומען לייסענס צו האבן א כלב.

https://www1.nyc.gov/assets/doh/downloa ... orm-yi.pdf


ישר כחכם פאר די hint

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 1:03 pm
דורך אדער יא
;l;p-

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 1:35 pm
דורך לכאורה
דממה דקה האט געשריבן:צ\ק

די סיטי רעכנט זיך מיט די אידיש רעדנדע געמיינדע
דא איז א אידישע רעגיסטראציע פארם, צו באקומען לייסענס צו האבן א כלב.

https://www1.nyc.gov/assets/doh/downloa ... orm-yi.pdf

יישר כח!
אויב ווילט איר האבן די זעלבע פאן ווי מיר, דאונלאודעט עס און שיקט עס ארום צו אלע אייערע קאנטאקטן

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 1:57 pm
דורך farshlufen
אבער פארוואס שעמט זיך נישט די סיטי אף נעוויארק צו אויטסוירסן אפיס ארבייט קיין פילאדעלפיע?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 10:41 pm
דורך שאינו יודע
זעט אויס אז דער מעיאר דרייט זיך דארט עפטער ווי אין די סיטי

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 12:32 am
דורך טשאדעלע באדעלע
צ’ק

קומענדיג פון די אפסטעיט פארעם-פרישע פרוכט געשעפטן, איז די פרישסטע פרוכט וואס כ׳האב געפונען אינעם וויליאמסבורג׳ער גראסערי געווען א פלעשל לעמאָן פלעיווערד גילאַ.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 9:58 am
דורך farshlufen
יענץ געלעכטער.

לענינינו, כ'זע דאס יעדעס זומער, די טוירנאווער איז נישט ווי א גאנץ יאר און די געשעפטן שטייען לענגער מיט סחורה.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 10:21 am
דורך farshlufen
צ"ק:
לכבוד הדרשן ביים ציון פון רב הכולל:
1) כ'האב זיך מטריח געווען און אהערגעקומען אויף צו זאגן תהילים, נישט צו הערן אייער רעדע.
2) כ'געדענק נאך די זעלבע רעדע פון פאר א יאר.
3) איר זאלט אייך בעסער איינ'חזר'ן דעם מלא, אדער שטייט אין אייער נוסח א שטרעכעלע אויפן אומריכטיגן ארט.
4) זאלט איר האבן גע'פועל'ט אלדאס גוטס.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 12:38 pm
דורך לכאורה
איז דאס דער זעלבער וואס נערווירט כסדר ביים ריבניצער?
כלל ישראל איז געבענטשט מיט אזעלכע אידן

איך קוק אויף די גוטע זייט, כאטש מאכט ער נישט קיין ראבא קאלס

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 3:50 pm
דורך ניס קראכער
אבער מצד שני קען מען נישט דריקן נומבער 9 אין פטור ווערן
וואס ביי רויבער קאלס קען מען אויך נישט

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 1:44 am
דורך שפיגליצקי
צ/ק

נישט צום גלייבן ווי מענטשן זענען מקנא מענטשן וואס מאכן געלט, און נישט צו גלייבן ווי ווייט מ'שעמט זיך נישט דאס צו אויסרופן ברבים.

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 8:46 am
דורך farshlufen
און נישט צום גלויבן וויפיל פון די גרויסע האבן דייקא דאס ליב.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:19 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אהאנג"ז:

בעיביס!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:34 pm
דורך ניס קראכער
ווער האט געהאט צווילינג?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:40 pm
דורך קלאָצקאָפּ
כ'האב נישט גערעדט צו דיר, מיש דיך נישט אריין!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:52 pm
דורך farshlufen
אמעזאן זאל זיך ארויסקלאפן פון קאפ ווי פריער אז זיי זענען אין די שיפינג ביזנעס, דערווייל קאנקורירן זיי בלויז מיט די פאוסטעל.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:53 pm
דורך פעטער יעקל
farshlufen האט געשריבן:אמעזאן זאל זיך ארויסקלאפן פון קאפ ווי פריער אז זיי זענען אין די שיפינג ביזנעס, דערווייל קאנקורירן זיי בלויז מיט די פאוסטעל.


איך האב דאס שוין ארויסגעקלאפט פון מיין קאפ פון לאנג, העמיר זעהן צו זיי וועלן אננעמען דיין פארשלאג...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:58 pm
דורך צייט שטיפער
צ"ק

עס איז גוט צו וויסן, צו שפארן געלט,

עס איז אדווערטייזט אויף קול מבשר אז די איינציגסטע שמירה אנטקעגן יענע מחלה ר"ל איז פדיון הרש"ש שע"י מאני מעיקינג ביזנעס.

וויל איך מודיע זיין אז גרויסע לייט האבן געזאגט אז לערנען דעם ספה"ק תומר דבורה פאר אומזינסט, איז אויך א שמירה אנטקעגן יענע מחלה.

(אפשר באלאגט דאס אין די עמעזאן דיעל'ס אשכול?)

ווי זאגט יענער? תהלים כולל האט אים אנגעקלינגען אז פאר 360$ קענען זיי אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהלים פאר אים, האט ער געענטפערט, יישר כח איך קען אליינס..
וואס דערויף האט דער פאנדרעיזער רעאגירט: אהא, ביסט א אויבער חכם!...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:11 pm
דורך nmi
צייט שטיפער האט געשריבן:צ"ק

ווי זאגט יענער? תהלים כולל האט אים אנגעקלינגען אז פאר 360$ קענען זיי אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהלים פאר אים, האט ער געענטפערט, יישר כח איך קען אליינס..
וואס דערויף האט דער פאנדרעיזער רעאגירט: אהא, ביסט א אויבער חכם!...

:lol:

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:50 am
דורך נו גוט נו שוין
צ/ק

לעצטענס ווען איך קום באזוכן דא, זעע איך א בת קול אש שחורה ע"ג אש לבנה
"א שאד אויף די צייט" !!!
ס'כאפט א שרעק.....

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:36 pm
דורך קלאָצקאָפּ
כ'האב זעלטן ווען (אויב בכלל אמאל) באקומען אזויפיל נאטיפיקאציעס אין איין טאג.

Annotation 2019-08-07 173344.jpg
Annotation 2019-08-07 173344.jpg (101.42 KiB) געזעהן 896 מאל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:40 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'האב זעלטן ווען (אויב בכלל אמאל) באקומען אזויפיל נאטיפיקאציעס אין איין טאג.

Annotation 2019-08-07 173344.jpg


קענסט עס שוין איבערמאכן.