Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:27 pm

געשטימט פאר לייבי!

ביטע עס נעמען אין באטראכט
יישר כח

Advertisement

דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:30 pm

גם אני הק' מצטרף

דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:32 pm

עס הערשט א געוואלדיגער התרגשות, מען ווארט אויף דעם בכליון עינים, אט אט קומט שוין שבועות און ווען מען גייט
זאגן די קרבנות שבועות פארן דאווענען, און מען גייט זאגן "זבחי שלמי ציבור" א קרבן וואס מען איז מקריב נאר דעם
איינציגען טאג אין יאר, וועט מען גדענקען ביים זאגן מיט א התרגשות היינט איז מען מקריב דעם קרבן, "זבחי שלמי ציבור".

דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:39 pm

לייבי האט א שטארקע פונקט. נישט אז מיר זענען דיינים אדער וואס, אבער איינער וואס האט סייווי אינטערנעט זאל וויסן אז מיטן זיך דא דרייען און נאך בעסער אויב שרייבט ער און ער געט צו צום פלאץ וועט עס אים ביישטיין. אידן ווערן אפגעראטעוועט פון ארום קלעטערן וואו מ'ברויך נישט אויב האט מען א היימישע פלאץ וואו זיך צו דרייען און פארברענגען. ביטע נעמען דאס אין קענטעניס.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין תירוץ אויף ביטול תורה און אנדערע זאכן. יעדער זאל אליין וויסן ביי זיך וויפיל ער דארף און זאל דאס דן זיין. אבער דאס יא, דאס דא זיין זאל זיין מיט א שטאלץ

דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:49 pm

א דאנק פאר לייבי פארן געבן אביסל חומר למחשבה פאר געלעגער, נאכדעם וואס ער האט זיך געוואַקלט פון קרעמער'ס דראסטישע שריט.

געלעגער דיינע רייד זענען ריכטיגע.

דאנערשטאג מאי 24, 2012 5:37 pm

Shiala האט געשריבן:איך האב באקימען דעם פאלגענדען אימיל פון איינעם וואס ריפט זיך "הפליט" אלס גרינער פארשטיי איך נישט וואס ער וויל אשר קען מען מיר פותר חלום זיין

אזוי ווי בהמשך פון דיין תגובה viewtopic.php?p=576621#p576621 האט זיך ג'מאכט א שמיעס צו מען מעג איבערלאזען דעם IVELT אלס מען איז אפשר חב לאחרים בפרט אזעלכע ווי מנחם שלו' קלער איך אז די זאלסט מציע זיין אז מען זאל מכתיר זיין SPUSMN אלס סגן צו זיין קרוב MSP אלס אדמו"ר ווילקאמיר אזוי וועט פאר MSP גרינגער זיין מחליט זיין וואס עס איז חובתו בעולמו אן אנדערער הוצעה איז אז מען זאל עמטליך מכתיר זיין טייבעלע וואס האט נישט קיין ספיקות אלס אדמו"ר אדער מגיד מישרים

הפליט = בונמ'ס זיידע (ווארשיינליך)

דאנערשטאג מאי 24, 2012 5:48 pm

אהא

דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:28 pm

Shiala האט געשריבן:אהא

והמבין יבין.

דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:55 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
Shiala האט געשריבן:אהא

והמבין יבין.

איך מיין אז עס פעלט זיך נישט אויס צו דעם קיין צו גרויסע הבנה

פרייטאג מאי 25, 2012 2:13 am

ג"א מצטרף לדבריו הנ"ל, אני על עצמי ובשרי חוויתי, וויפיל ליידיגע צייט האב איך ב"ה אוועקגעגעבען אויף אייוועלט בעסער ווי אנדערע ....פלעצער ואכמ"ל....

פרייטאג מאי 25, 2012 2:47 am

אז איך נעם שטארק אין באטראכט אלע ארויף געברענגטע געפיהלען און מיינונגען און קען טאקע זיין אז הגם איך וועל אולי זיך קענען שטארקען בעז"ה נישט צו גיין אויף אנדערע "חרדישע" ערטער ; וועל איך אפשר טאקע דא בלייבען מהנה זיין און נהנה זיין

פרייטאג מאי 25, 2012 3:03 am

msp האט געשריבן:אז איך נעם שטארק אין באטראכט אלע ארויף געברענגטע געפיהלען און מיינונגען און קען טאקע זיין אז הגם איך וועל אולי זיך קענען שטארקען בעז"ה נישט צו גיין אויף אנדערע "חרדישע" ערטער ; וועל איך אפשר טאקע דא בלייבען מהנה זיין און נהנה זיין

ישר כוחך ר' מנחם שלום האסט מיר געמאכט דעם יו"ט!
בזכות וואס ביסט אונז מהנה זאל הקב"ה דיר מהנה זיין!

פרייטאג מאי 25, 2012 4:45 am

אז דא איז א פסק בית דין
viewtopic.php?p=577080#p577080

דינסטאג מאי 29, 2012 8:25 am

msp האט געשריבן:אז דא איז א פסק בית דין
viewtopic.php?p=577080#p577080
עטעטשמענטס
parting.jpg

דינסטאג מאי 29, 2012 8:40 am

אז איך האף צום באשעפער אז מיין מוח איז נישט טעינטעד הגם איך האב פארברענגט אין אוניווערזיטעיט...
אבער זיידע ומומחה האסט געטראפען א שטאקע פונקט....
ולענ"ד איז אויך הרה"ג רא"י טווערסקי שליט"א'ס מוח נישט פארדזשאוועט....

דינסטאג מאי 29, 2012 9:23 am

זיידע ומומחה האט געשריבן:לאור קריאת הרה"גה"צ עיני העדה שליט"א אז מעו זאל זיך נישט אליין פסקנען און איך קען נישט מסביר זיין פארוואס
IVELT איז א הכרח פאר מיר האב איך מחליט ג'ווען אפהאקען דעם איינעם SITE וואס איז נישט א הכרח גמור
פארוואס מאך איך א טראסק ???? פשוט!!! אלס גדר פאר א שוואכע מינוט


זיידע ומומחה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אז דא איז א פסק בית דין
viewtopic.php?p=577080#p577080


האיך יתקיימו שניהם?

דינסטאג מאי 29, 2012 10:36 am

זעהט אויס א שוואכע מינוט

דינסטאג מאי 29, 2012 12:52 pm

אז נאך א סאך אריין טראכטען און זיך א דורך שמועסען מיט ערליכע אידען וואס פארשטייען מיר, האב איך מחליט געווען אז לעת עתה, פאר דערווייל (ביז איך בין נישט און גאנצען קלאר וואס "איך פערזענליך" האב צו טוהן), איז וועל איך מאכען זיך ביי די ארבעט א ווייט ליסט נאר ארויף צו גיין דארט ווי איך דארף לצורך פרנסה, צאהלען ביללס, בענקינג, און נאר אויף סייטס ווי אייוועלט, היברו בוקס, והמסתעף (ווי דירעקט לינקס דארט ווי עס פעילט אויס).

אזוי ווי עס איז פשוט אז מען דארף זיך אונטער ווארפען דעת תורה, איז דעריבער קען זיך עס אלעס טוישען נאכדעם וואס א דעת תורה וואס קען מיין פערזענליכען מצב בגשמיות וברחניות וועט מיר זאגען אנדערש.

איך בעהט אז קיינער זאל זיך ח"ו נישט אפ לערנען פון מיר (דער צד ההיתר דערפון), ווייל עטץ קענטס מיר נישט. מיין פרופעשען איז דאך קאמפיוטערס, און בין שוין און דעם ליין לענגער ווי רוב פון ענק זענטס אויף דער עולם (האב נאך געקויפט מיט 28 יאר צוריק א 1984 טענדי קאמפיוטער און רעדיו שעק) און איך זאג בפירוש אז דאס איז אויך נישט קיין תירוץ. איך בעהט דער באשעפער אז ער זאל מיר דער לייכטען די אויגען צו וועלען און קענען עומד בנסיון זיין צו טוהן זיין רצון און צו הארכען וואס דער דעת תורה הייסט און פארלאנגט פון מיר. תם ולא נשלם.

דינסטאג מאי 29, 2012 3:54 pm

אז דער יו"ט איז ב"ה אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט.

דינסטאג מאי 29, 2012 3:56 pm

איך בין אריינגעפאלן יו"ט אינדערפרי ביי א מנין ותיקין, און פאר'ן ליינען זעה איך אז מען גייט ארויס פון ביה"מד,
צו מיין וואונדער וואס איז, הער איך עפעס מען שמועסט א הכנסת ס"ת, איז זיבען א זייגער אינדערפרי טאנצט מען
אויף די גאס, און דערנאך איז געוועהן הקפות אין ביהמ"ד, שבועות מיט הקפות אויך, א שיינעם מעמד געוועהן.

דינסטאג מאי 29, 2012 4:03 pm

די שכינים האבען נישט גערופען די police?

דינסטאג מאי 29, 2012 4:06 pm

מען האט נישט געזינגען הויך אביסעל שטיל, עס איז נאר געוועהן א האלבער גאס צוגיין.

אויך האט עס אויסגעזעהן א גאס פון אידישע איינוואוינער.

דינסטאג מאי 29, 2012 4:06 pm

טייבעלע האט געשריבן:איך בין אריינגעפאלן יו"ט אינדערפרי ביי א מנין ותיקין, און פאר'ן ליינען זעה איך אז מען גייט ארויס פון ביה"מד,
צו מיין וואונדער וואס איז, הער איך עפעס מען שמועסט א הכנסת ס"ת, איז זיבען א זייגער אינדערפרי טאנצט מען
אויף די גאס, און דערנאך איז געוועהן הקפות אין ביהמ"ד, שבועות מיט הקפות אויך, א שיינעם מעמד געוועהן.


שישו ושמחו בשמחת התורה

דינסטאג מאי 29, 2012 4:55 pm

SPUSMN האט געשריבן:אז נאך א סאך אריין טראכטען און זיך א דורך שמועסען מיט ערליכע אידען וואס פארשטייען מיר, האב איך מחליט געווען אז לעת עתה, פאר דערווייל (ביז איך בין נישט און גאנצען קלאר וואס "איך פערזענליך" האב צו טוהן), איז וועל איך מאכען זיך ביי די ארבעט א ווייט ליסט נאר ארויף צו גיין דארט ווי איך דארף לצורך פרנסה, צאהלען ביללס, בענקינג, און נאר אויף סייטס ווי אייוועלט, היברו בוקס, והמסתעף (ווי דירעקט לינקס דארט ווי עס פעילט אויס).

אזוי ווי עס איז פשוט אז מען דארף זיך אונטער ווארפען דעת תורה, איז דעריבער קען זיך עס אלעס טוישען נאכדעם וואס א דעת תורה וואס קען מיין פערזענליכען מצב בגשמיות וברחניות וועט מיר זאגען אנדערש.

איך בעהט אז קיינער זאל זיך ח"ו נישט אפ לערנען פון מיר (דער צד ההיתר דערפון), ווייל עטץ קענטס מיר נישט. מיין פרופעשען איז דאך קאמפיוטערס, און בין שוין און דעם ליין לענגער ווי רוב פון ענק זענטס אויף דער עולם (האב נאך געקויפט מיט 28 יאר צוריק א 1984 טענדי קאמפיוטער און רעדיו שעק) און איך זאג בפירוש אז דאס איז אויך נישט קיין תירוץ. איך בעהט דער באשעפער אז ער זאל מיר דער לייכטען די אויגען צו וועלען און קענען עומד בנסיון זיין צו טוהן זיין רצון און צו הארכען וואס דער דעת תורה הייסט און פארלאנגט פון מיר. תם ולא נשלם.

אז איך דאנק דעם בוכ"ע פאר'ן אריינגעבן די מחשבה צו בלייבן דא, ס'פעלט אויס פאר אסאך אידן,
ס'איז שוין אזוי אויך גענוג שטיל געווארן זייט די כינוס (כ'רעד מיך נאר איין אדער נאך איינער האט עס באמערקט?) און מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן נאך חבירים נאכדערצו אזא קאנאן ווי ספוסמן

יישר כח

דינסטאג מאי 29, 2012 5:00 pm

SPUSMN האט געשריבן:די שכינים האבען נישט גערופען די police?

דאכציך אז די שטילע שעות אין די סיטי איז נאר ביז 7:00am
שרייב א תגובה

Advertisement