בלאט 403 פון 2279

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:01 am
דורך farshlufen
¿Por qué crees que él entiende yiddish?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:20 am
דורך טשאדעלע באדעלע
entonces ¿por qué la señora de la limpieza siempre habla en español?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:58 am
דורך קלאָצקאָפּ
לרבים השואלים:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דער פנקס איז אפ-טו-דעיט.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 1:10 pm
דורך נו גוט נו שוין
א לינק?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 1:18 pm
דורך צל עובר
דער ציבור קען ספאניש?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 1:19 pm
דורך מחשב
נו גוט נו שוין האט געשריבן:א לינק?


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=26258&start=175

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 2:34 pm
דורך nmi
צ/ק אויב זיכסטו די גרעסטע סייז טשונגאם וואס איז נאר פארהאן קויף די strawberry bar פון רייזמאן'ס...

נ.ב. ברכתו שהכל ווייל די מעהל איז נאר דא צוזאם-צוהאלטן די קלעב...

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 7:02 pm
דורך בענקעל
מיט אזא ריתחא דאוריתא פארגלוסט זיך מיר יעצט צו כאפן א מנין מעריב.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 10:51 pm
דורך בענקעל
גיט אכט ווען איהר גייט אריין אין בית מדרש דקהלתינו,

עס פליען זאכן פון אלע זייטן. די קולות גייען עד לב השמים, ס'טוטצעך אויף טישן און בענק, שטענדערס ווערן ממש צובראכן, די אוצר הספרים איז כמעט אויסגעליידיגט, ווייל כמעט אלע ספרי ראשונים ואחרונים ליגן אויפגעמישט אין ס'מדרש אויפן באלעמער.

עס איז ליטערעלי ימינו כקדם. שוין לאנג נישט מיטגעהאלטן דא אזא מלחמתו.

כ'האף נאר מ'עט קענען שלאפן דא.

עניוועי. ס'הענגט א צעטל אז יעדער זאל זיך אוועקפאקן די ספרים וואס מען האט ארויסגענומען פונעם אוצר, ווייל דער פאַקער איז געפארן אויף מקומות הקדושים. זיי'עלן האבן אסאך ארבעט ווען זיי ווערן פארטיג.

אונטערשטע שורה: עט נאך זיין דא א מנין מעריב היינט?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 10:59 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אה, פון די ערשטע מינוט האט עס מיר אויסגעזעהן אז ס׳איז שוין פארהאן א פרישע אפדעיט אינעם פנקס.

באכאשעם, בלויז אפגעקומען מיט שרעק.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:03 pm
דורך קלאָצקאָפּ
בענקעל האט געשריבן:גיט אכט ווען איהר גייט אריין אין בית מדרש דקהלתינו,

עס פליען זאכן פון אלע זייטן. די קולות גייען עד לב השמים, ס'טוטצעך אויף טישן און בענק, שטענדערס ווערן ממש צובראכן, די אוצר הספרים איז כמעט אויסגעליידיגט, ווייל כמעט אלע ספרי ראשונים ואחרונים ליגן אויפגעמישט אין ס'מדרש אויפן באלעמער.

עס איז ליטערעלי ימינו כקדם. שוין לאנג נישט מיטגעהאלטן דא אזא מלחמתו.

כ'האף נאר מ'עט קענען שלאפן דא.

עניוועי. ס'הענגט א צעטל אז יעדער זאל זיך אוועקפאקן די ספרים וואס מען האט ארויסגענומען פונעם אוצר, ווייל דער פאַקער איז געפארן אויף מקומות הקדושים. זיי'עלן האבן אסאך ארבעט ווען זיי ווערן פארטיג.

אונטערשטע שורה: עט נאך זיין דא א מנין מעריב היינט?

אלץ א דאנק דעם שנעלן סערווער!

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:11 pm
דורך נו גוט נו שוין
בענקל פליז ווען די ברענגסט אטע דעי באריכטן, צייכן צו א לינק מזאל אביסל קענען מיטהאלטן ....

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:24 pm
דורך בענקעל
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אלץ א דאנק דעם שנעלן סערווער!

באכעשעם נאך אזויפיל כאַזאָרע זאגן שוין די קינדער פון זיך אליינס נאך.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:30 pm
דורך קלאָצקאָפּ
נו גוט נו שוין האט געשריבן:בענקל פליז ווען די ברענגסט אטע דעי באריכטן, צייכן צו א לינק מזאל אביסל קענען מיטהאלטן ....

viewtopic.php?f=5&t=20856&start=275

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:41 pm
דורך דערבארומדיג'ער
שכח קאָפּי פארן צוצייכענען.

WOW וואס דארט טוצעך!

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 12:50 am
דורך לכאורה
צ/ק

האב איך היינט געדאווענט מעריב אין סאטמארן ביהמ"ד אויף איינס מאנסי בולעווארד, און אבזערווירט (כדרכי) אז יעדע סארט הוטל איז געווען רעפרעזענטירט אין דעם קליינעם מנין'דל!

בסך הכל האב איך געציילט:
5 פלאטשיגע ביבער הוטן
5 שטאפענע הוטן
4 הויכע ביבער הוטן
2 קראך הוטן
1 ליטווישע בענד אפ הוט
1 ליובאוויטשע בענד דאון הוט
1 גורע הוט (מיט שיך און זאקן)
1 קוטשמע

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:24 am
דורך טשאדעלע באדעלע
אדער ברויכט איר איבערליינען קרי״ש, אדער דאווענט איר שמו״ע אויפן ספיד פון גאנץ תהילים און 75 מינוט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:49 am
דורך דממה דקה
איך ווייס נישט פשט

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:15 pm
דורך שפיגליצקי
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:בענקל פליז ווען די ברענגסט אטע דעי באריכטן, צייכן צו א לינק מזאל אביסל קענען מיטהאלטן ....

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=275

יענע אשכול איז שוין אן אנגייענדער קריג פאר א לאאאנגע צייט, ווען איך קום ווען אריין יעדעס מאל וואס דארט איז דא א וועלט מלחמה צווישן יענע צוויי ניקס וואלט איך שוין מסתם געווען א שר האלף.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:23 pm
דורך יוראפ
כאטש אזוי האלט ער דעם למעלה אויפן וועלטל

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:26 pm
דורך לכאורה
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אדער ברויכט איר איבערליינען קרי״ש, אדער דאווענט איר שמו״ע אויפן ספיד פון גאנץ תהילים און 75 מינוט.

יעדע נאכט ליין איך איבער קריאת שמע, ווייל מיין מנין דאווענט מעריב בעפאר 72, אבער נעכטן האב איך גראדע געדאוונט 11 אזייגער ביינאכט און איינמאל קריאת שמע איז גענוג געווען
מעריב איז דאכט זיך גענוג לאנג צו קענען אבזערווירן די מיטדאווענער אין צימער

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:36 pm
דורך farshlufen
אינטערעסאנט, אז איר מערקט דאס הערשט דאס ערשטע מאהל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:40 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
נאך מער אינטערסאנט איז א היבש פילער מנין אין מאנסי, קיינער אהן א היט, און קיינער נישט מיט קיין קראַקס.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 4:57 pm
דורך שפיגליצקי
ווער זאגט? ער רעדט נאר פון די היטן.

אויף די שוך קומט א באזונדערע תגובה...

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 2:42 am
דורך צל עובר
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נאך מער אינטערסאנט איז א היבש פילער מנין אין מאנסי, קיינער אהן א היט, און קיינער נישט מיט קיין קראַקס.


זעה איך אז דו דאוונסט קיינמאל נישט מעריב אין וואן.

יעדער האט היטן, און צווישן שמו"ע פון רוב עולם ביז קדיש איז דא געווענליך א ברעיק פון אפאר מינוט.