Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

נוצען 'ניקס' צו שרייבען

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:18 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:עס איז דא קנאפע צוויי טויזענט ניקס, אויב באנוצט מען זיך כמעט נאר מיט 'ניקס' קען מען שרייבען גאנצע פאראגראפען.
כ'האב מיך אנגעגרייט עפעס צו שרייבען אלס דוגמא, נאר ס'מיר מאיזה סיבה ארויס פון קאפ.
איינער פון אונזער גוטע שרייבערס ווערט געבעטען צו עפענען א אשכול אונטערן נאמען:
"נוצען נאר 'ניקס' צום שרייבען", וכיוצ"ב.
עס ווערט אסאך העלפען זיך צו באקענען מיט די איבער הונדרעטע ניקס וואס שלאפען שוין, אדער מ'זעהט זיי בכלל נישט, וכדומה.

עפ"י בקשת ישלהוסיף, האבן מיר מוסיף געווען א פרישע אשכול, וכל המוסיף יוסיף

Advertisement

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:20 pm

אריבערגעברענגט פון מאשקע'ס אשכול
דזשעב 012 האט געשריבן:משהלעבוידעם איז צייטליך פארשלאפן, ס'געווען זייער וויכטיג אז די טייבעלע זאל פליען אין יוראפ צום פינטל, און צולייגער שמערי האט געזאגט: שטארק דיך מיט א לב טוב, וועסטו זיין מכטי1!
קרעמער האט זיך אנגעגאסן מיט א סאכדעס מאשקע, די אלטע זיידע פון די שלומי אמוני ישראל טענה'ט אז ס'איז פאטאשאפ, און ס'איז זייער גרויזי צו לאזן אין ווינקל. איי מאנ-יימער אז ס'איז מנחם שלום? אבער ישלהוסיף!
ס'איז צום זאך, איא? וואס שטייסטעניש?

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:27 pm

בימים ההם:
ווען מען האט געוואלט טרעוולען ערגעץ בורדענען בלע"ז האט מען זיך אנגעהאנדעלט א רייסערישע קאר.. וואס קאר?! סדאך נאכנישט געווען..... אקעי האסט מעך געכאפט ביים גרייז... האט ער זיך איינגעהאנדעלט א מעכטיגע "חמור" (מסתמא נאר גערענט ביי 1800 - GO CHAMORׂ) נו ודאי איז עס געווען פולי לודעד מיט א געדרייטע וויידעל און לעדער סיטס כ'מיין לעדער זוטעל........ מיט אזעלכע קנאקעדיגע בלובערי לייטס (בלעק בערי איז דאך געאסערט) בכלל נישט מורא געהאט פון די "ים רויבערס"................. און מען האט געשמיסן שטיקער ווי א חיה (כפשוטו) אזש ביזן אנקומען צום קרעטשמע!!! - אין "יוראפ" זיך געטראפן מיט די חביירעם איי איז דאס געווען א וועלט!! מען האט געהוליעט אויף א גלעזעלע "שנאפס" געמישט מיט "ספלענדא" דער "מאשקע" דארט אידאך געווען דער גאנצער "מושע יאכעס" ער האט זיך אנגערופן ווי א צולייגער "עס עפעס" זיי נישט "פארשלאפן" ווי דו ליגסט ווען אויפן "געלעגער" איצטעט! "קרעמער" האט אויך צוגעלייגט אויפן אראמישן שפראך ווי די באמעס "יגר סהדותא" דער פרומער "שאץ מאץ" האט נאר געוואלט וויסן צו סהאט א העכשער פון "סאכדעס" די עולם איז געווען דארט היי "למעלה משבעים" אין שפיץ פונעם זקן "שמערי בערי" סיז שיעור נישט געווען דארט מער ווי איין "ארעסטאנט" ביז די עולם איז געווארן פעט אפ ווי "שמן למאור" און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין א לוסטיגער "דאנציגער" אינדערמיט איז דער קליינער "בן בוזי" מיטן נאמען "יואל ווייס" כך "שמו" ווען פונדערזייט שפילט אונטער דער "שבתי משורר" אקעי "יש להוסיף" אבער איך "שטארק זיך" און איך וועל שפעטער ממשיך זיין.........
בזמן הזה:
אז מען וויל טרעוולען דינגט מען זיך א ספארטס קאר מיט טינטעט ווינדאוס "דיו חלונות"..... און אויבען מוז עס האבן אנבאדינג א "סאן רב" (עמען איז נישט גוט די רב אליינס ער מוז דוקא זיין זוהן האבן... בעסערע שמעקער?)
העמשעח יו בוי........[/quote]
לעצט פאראכטן דורך סביב העולם אום זונטאג ינואר 29, 2012 8:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:39 pm

WOW זעמיר יעצט ארומגעפארן "סביב העולם"

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:40 pm

סביב העולם האט געשריבן:אויב איינע פון די פויערן דא אין קרעטשמע
וועט מיר אהער שטעלן א ליסטע פון די ניקס
וועל איך מיטן הילף פון אויבן
אהער שטעלן א אינהאלטסרייכע געשיכטע
באזירט און ציטירט מיט אלע ניקים
כדי לקיים והיתיים ניקים מישראל
אויב העט מען מיר נישט צושטעלן דאס פארלאנגטע
דאן וניק'ית משבועתי וניקה לא יניק'ה
ובעל השור נקי


מאנ-יימער האט געשריבן:דא האסטו


דזשעב 012 האט געשריבן:עס איז נישט אינטערסאנט צו ניצן ניקס וואס האבן אויפגעסיינט יארן צוריק און פארגעסן זייער פאסווארט. בעסער צו נוצן אקטיווע ניקס, אדער באקאנטע ניקס אפי' זיי זענען נישט אקטיוו לעצטענס.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:02 pm

שיינע מעשה, ענק רבותי יעדער בלייבט עכט רוען, יעדער קען רופן, עס מיינט עפעס?, רייכע מענטשן אלעמאל שרייען קיינער ענטפערט. ווען יעדער כאפט יעצט דעם זיידענעם שיסל עס בלייבט גארנישט, רוף וועם יענער זאל אויסרופן מיט עפעס רייסערישע לשונות.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:17 pm

סביב העולם האט געשריבן:בימים ההם:
ווען מען האט געוואלט טרעוולען ערגעץ בורדענען בלע"ז האט מען זיך אנגעהאנדעלט א רייסערישע קאר.. וואס קאר?! סדאך נאכנישט געווען..... אקעי האסט מעך געכאפט ביים גרייז... האט ער זיך איינגעהאנדעלט א מעכטיגע "חמור" (מסתמא נאר גערענט ביי 1800 - GO CHAMORׂ) נו ודאי איז עס געווען פולי לודעד מיט א געדרייטע וויידעל און לעדער סיטס כ'מיין לעדער זוטעל........ מיט אזעלכע קנאקעדיגע בלובערי לייטס (בלעק בערי איז דאך געאסערט) בכלל נישט מורא געהאט פון די "ים רויבערס"................. און מען האט געשמיסן שטיקער ווי א חיה (כפשוטו) אזש ביזן אנקומען צום קרעטשמע!!! - אין "יוראפ" זיך געטראפן מיט די חביירעם איי איז דאס געווען א וועלט!! מען האט געהוליעט אויף א גלעזעלע "שנאפס" געמישט מיט "ספלענדא" דער "מאשקע" דארט אידאך געווען דער גאנצער "מושע יאכעס" ער האט זיך אנגערופן ווי א צולייגער "עס עפעס" זיי נישט "פארשלאפן" ווי דו ליגסט ווען אויפן "געלעגער" איצטעט! "קרעמער" האט אויך צוגעלייגט אויפן אראמישן שפראך ווי די באמעס "יגר סהדותא" דער פרומער "שאץ מאץ" האט נאר געוואלט וויסן צו סהאט א העכשער פון "סאכדעס" די עולם איז געווען דארט היי "למעלה משבעים" אין שפיץ פונעם זקן "שמערי בערי" סיז שיעור נישט געווען דארט מער ווי איין "ארעסטאנט" ביז די עולם איז געווארן פעט אפ ווי "שמן למאור" און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין א לוסטיגער "דאנציגער" אינדערמיט איז דער קליינער "בן בוזי" מיטן נאמען "יואל ווייס" כך "שמו" ווען פונדערזייט שפילט אונטער דער "שבתי משורר" אקעי "יש להוסיף" אבער איך "שטארק זיך" און איך וועל שפעטער ממשיך זיין.........
בזמן הזה:
אז מען וויל טרעוולען דינגט מען זיך א ספארטס קאר מיט טינטעט ווינדאוס "דיו חלונות"..... און אויבען מוז עס האבן אנבאדינג א "סאן רב" (עמען איז נישט גוט די רב אליינס ער מוז דוקא זיין זוהן האבן... בעסערע שמעקער?)
העמשעח יו בוי........
[/quote]

גוט גוט נאדער אפאר גרינע ;l;p- ;l;p- אבער אז די זאגט וועסט ממשיך זיין נא... זאל ער קומען!

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:28 pm

שמערי בערי האט געשריבן:שיינע מעשה, ענק רבותי יעדער בלייבט עכט רוען, יעדער קען רופן, עס מיינט עפעס?, רייכע מענטשן אלעמאל שרייען קיינער ענטפערט. ווען יעדער כאפט יעצט דעם זיידענעם שיסל עס בלייבט גארנישט, רוף וועם יענער זאל אויסרופן מיט עפעס רייסערישע לשונות.


שמערי!!!
דאס איז שוין א חכמה יעדער דא וועט שמייכלן

פרייטאג ינואר 27, 2012 2:27 am

שיין מעכטיג ענק ביג ריזיג ר"ת שמערי

פרייטאג ינואר 27, 2012 9:58 am

זאל ער קומען און עס זאל פארשריבן ווערן מיט א פעדער יעדע ניק ניק וואס עס איז פארהאן ווי אימער סביב העולם, ס'איז זייער וויכטיג נישט ווי א מידער נאר ווי א לעבעדיגער.
מי חכם וישמר אלע...

זונטאג ינואר 29, 2012 6:03 pm

קודם כל זעצט אייך און עס עפעס, נעמטס א שטיקל אווער נייט קוגעל אדער א קרעמעריש קעיק, זייטס אייך מכבד מיט א גלעזעלע שנאפס אדער אנאנדערע מאשקע מיט א סאכדעס הכשר (בלויז דאס לאזט די דאיען אריינבענגען דא).
טאמער שטייסטעניש, צו די ביסט אן אלטע זיידע צו אן אלטע בחור'ל, צו סתם אזוי זייער נייגעריג, מאכט אייך נישט ווי א שוטה און פרעגער ווער בין איך? איך הער וואס איר זאגט, אבער מען דארף נישט זיין קיין גרויסע שרייבער אדער א מי חכם עס מוז אפי' נישט זיין פערפעקט, דעריקער כאפט א ווינקל, נעמטס א פעדער און ס'זאל זיין צום זאך און צום פינטל.
חברה, ארויס פונעם געלעגער, נישט זיין פארשלאפן און נישט מאכן קיין קונצען.
וויכי מיט די EMT און די WSPU וועלן העלפן האלטן ס'ארדענונג.

זונטאג ינואר 29, 2012 10:15 pm

וואס מיינט דזשעב 012, כ'וויל דאס נוצען אין א זאץ.

מאנטאג ינואר 30, 2012 10:10 am

האסטעס שוין אפגענוצט
שרייב א תגובה

Advertisement