Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איך בין down

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 2:41 am

דאס מצב האט מיך געכאפט
די שווארצע גאל האט מיר אנגעטראפעצט איך זע מיך נישט ארויס.

שוין איבער א וואך האלט עס אן - נאך איין טאג און איך גיי צו א ...משפיע כ'קער נישט.

וואס טוט איר אין אזוינע מצבים?
עטעטשמענטס

gevald_.wma [ 84.91 KiB | געזעהן געווארן 885 מאל ]

לעצט פאראכטן דורך שוועמל אום דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:33 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 2:55 am

איך בין צופעליג high, קאל מיך פליז, איך דארף יעצט אראפדרייוון דעם פאליסעידס כבין אין מוד פון לאכן מיט א downy.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:23 am

גראדע האב איך פארגעסען לעצטענ'ס א זאך דארט ביי די down ברענג מיר עס ווען די קומסט צוריק ארויף :lol:

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:36 am

איך זעה נישט גארנישט דא

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:49 am

שוועמל יו ניד סיריעס העלף!!!!!! :-( :cry: :shock:

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 9:15 am

מדארף זיך לאזען פורען פונעם באשעפערס בריאה ער וויל יעצט זאלסטו זיין אין א דאין זיי פריילאך דערמיט

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 9:19 am

דאס איז א דירעקטע רעזאלטאט פון שרייבן/ליינען אייוועלט במישון לילה.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 10:13 am

מען זאגט נאך פון צדיקים: יוצר אור ובורא חושך

דאס גייט צוזאמען, געקניפט און געבינדן, מען דארך וויסן וויאזוי צו פארנעמען ביידע.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:53 am

אט אט.. משנכנס אדר מרבין בשמחה,

אפשר ווייל משנכנס אב ממעטין בשמחה, און נעבעך עס איז מתדרדר והולך ביז אט אט.. קומט שוין חודש אדר בעזהשית"ב, און משנכנס אדר איז דאך מרבין בשמחה, האף מיר אז איר וועט זיך זיכער צוזאם קלויבן, און עס וועט גיין מעלה מעלה, שמחה אן א שיעור אזוי אז עס זאל זיך קובע זיין, און שטענדיג צו יעדע צייט זיך קענען אנזעטיגן, אזוי עס זאל נאך זיין טופח ע"מ להטפיח, און מיר אלע וועלן זיך מחי' זיין מיט אייערע שינוי לטובה אי"ה בקרוב,

אפשר זענט איר שוין אריבער אייער מצב רוח אן א שאדן, לאזט אוודאי וויסן,

וועם וואלט איר פארטרויעט מיט אזא האקעלע ארבעט ווי צו זיין אייער ...משפיע, דארף מען דאך זייער אכטונג געבן אז ער זאל נישט ארום מעססן מער חלילה,

ני.. ווער טויג (...צו וואס ?, פאר וועם ...)?!?,

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:57 am

האסט אפשר דעם ׳סיזענעל אפעקטיוו דיסארדער׳...
עטעטשמענטס
CSG_Bottle_Img_311x335.png
CSG_Bottle_Img_311x335.png (137.21 KiB) געזעהן געווארן 736 מאל

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 12:08 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:האסט אפשר דעם ׳סיזענעל אפעקטיוו דיסארדער׳...

עס קוקט מיר אויס אז ער דארף אויס טרינקען די גאנצע....

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 1:07 pm

ווי קומט א שוועמל אויב נישט דאון טו די ערד?!
א חוץ ביי א שמחה ווען די מאשרום סאוס ליגט אן טאפ פון די קניש!
_____________________
פאטא איך מיין איך ווער אויך דאון בלויז צו זעהן דיינע פאכמאנישע מייסטערווערק
ווי זאגט פאטא אזא צייט מיט די גרעסטע מאס 'פארגינערישקייט'
A-1

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 1:16 pm

האט שוועמעל אפשר געהערט מוזיק לעצטענס? לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס ווערט ער זייער דאון פון מוזיק.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 1:19 pm

ס׳ווענצעך וועלכע מוזיק...

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 1:20 pm

פירטס אים אריין אינעם זינגען אשכול

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 2:05 pm

ראשית, געדענק אז עס מאכט זיך אין די שענסטע משפחות...
און אויך דער איד דארט וואס קומט דיר אקעגן יעצט, מיט א שמייכל אויפ'ן געזיכט, איז מעגליך אז זיין שמייכל איז בלויז א קאווער-אפ, ער איז באמת נאך מער אנגעזעצט ווי דיר, נאר ער האט אזא נאטור אז ער קען דאס אביסל בעסער באהאלטן.

יעדער האט אזעלכע מצבים, ס'איז דא ביי וועמען עס איז מער רעגלמעסיג, ווי חודש'ליך... א.ד.ג. און ס'איז דא ביי וועמען ס'כאפט אן אן א ווסת קבוע.
אבער הצד השוה שבהן איז אז ס'גייט פאריבער...!
"כי לא יהי' לעולם אפילה.. יזרח לנו במהרה..."

איי וועסטו וועלן פרעגן, וואס טוט מען דערווייל?
א געשמאקע שיעור - א בלאט גמרא - אדער א זיס שטיקל אגדה צו חסידות קען העלפט אויפלעבן דעם מצב רוח.
אויסנוצן דאס קאלעמוטנעשאפט זיך אויסצוגיסן דאס הארץ פאר'ן טאט'ן אין הימל, איהם אויסזאגן אלעס וואס דרוקט דיר, צו אויף פלעין אידיש, צו מיט אפאר קאפיטלעך תהלים, אדער א גוטע הארציגע תפלה - וואס טרעפסט זיך אין די ווערטער, העלפט דיר אנערקענען, אז דו ביזט כגמול עלי אמו, אינעם אויבערשטענס הענט, און האסט גארנישט וואס צו זיין אנגעזעצט!

און אז ס'פעלט אויס מאכט מען זיך פרייליך מיט וואס מען קען, א גוטע קאווע, א גלעזל שנאפס, א גוטע טעיפ, א שמועס מיט א גוטן פריינט, א שפאציר, אדער א גוטן דרימל.
ווייל כמקובל מצדיקים בפרט רבי אהרן מקארלין, איז פראסט זיין בשמחה, נאך אלץ בעסער ווי זיין בעצבות.

Disclaimer: This message has not been approved by the FDA

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 2:14 pm

א איד האט מיר היינט נאכגעזאגט א גוט ווארט פון ר' אלימלך בידערמאן שליט"א

עס שטייט אין פרקי אבות והוי מקבל את כל אדם בשמחה, פרעגט ער וואס איז די ריבוי פון "כל", נאר דאס קומט מרבה זיין דעם מענטש זעלבסט... מען דארף זיך אליינס אויפנעמען מיט פרייד!

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 2:22 pm

חייקל איך וואלט פארגעשלאגן (העי! טייל נישט קיין פעטש שלאג נישט!) מען זאל דיר אויפנעמען דא אין אונזער וועלטל אלס משפיע כללי
דו האסט מיר שטארק מחזק געווען

בד"וו מען זאגט נאך פון רבי אביגדור מיללער זצ"ל
אז האי עלמא כלעמאן-עיד דמיא
די וועלט דא איז זויער ווי א לעמאן
אויף דעם איז לית מאן דכר שמיה כ'מיין לית מאן דפליג
אבער אז מען גיסט צו אביסל צוקער ווערט עס לימינאדע (לעמאנעיד)

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:15 pm

סביב העולם האט געשריבן:חייקל ... דא אין אונזער וועלטל אלס משפיע כללי
דו האסט מיר שטארק מחזק געווען.

מיר אויך'עט,

'שוועמל' זעה'סט, ביסט נישט דער איינציגסטער אזוי, [ווי אויך 'קרעמער' האט זייו חבר באמערקט, אז מען קען עם אויפהייבן..],

צרת רבים חצי נחמה...
חייקל האט געשריבן:Disclaimer: This message has not been approved by the FDA

אין 'געזיכטבוך' דאכציך, נעמט מען עס אויף ערענסט, ווען איינער קלאפט אויס זיין מצב רוח ברבים... אפשר נישט נאך נאר אויף אזא פארנעם... [זיי מיזען אויפהלטן סופארט הילף, (נאך מעשיות פאר קיין שום יוד געזאגט)].

זעמיר אידישע קינדער, האמיר א טאטע'ן אין הימל, עם דינען מיר, אבער נאך ווי זעמיר גליקליך,


ויגבה לבו בדרכי השם...

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:25 pm

שטרוי האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:חייקל ... דא אין אונזער וועלטל אלס משפיע כללי
דו האסט מיר שטארק מחזק געווען.

מיר אויך'עט,

'שוועמל' זעה'סט, ביסט נישט דער איינציגסטער אזוי, [ווי אויך 'קרעמער' האט זייו חבר באמערקט, אז מען קען עם אויפהייבן..],

צרת רבים חצי נחמה...
ויגבה לבו בדרכי השם...


יישר כח! איזיל ואימליך.... צו איך קען אננעמען דעם אפיציעלן פאסטן.
אבער אלענספאלס קומט דאס מיט א תנאי,
אז ווען איר זעהט מיך אליין מיט אראפגעלאזטע נאז, (יא ס'מאכט זיך.. זאל זיך נישט מאכן) זאלט איר מיר מוחל זיין דאן צוריקזאגן די אלע שיינע רייד, יאך קען דאס פונקט אזוי נוצן ווי אייך.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:27 pm

גיימער עפענען א אשכול ׳א גוט ווארט אשכול׳
געגאנגען...

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:30 pm

שטרוי האט געשריבן:
'שוועמל' זעה'סט, ביסט נישט דער איינציגסטער אזוי, [ווי אויך 'קרעמער' האט זייו חבר באמערקט, אז מען קען עם אויפהייבן..],

צרת רבים חצי נחמה.....

דאס הייסט זיך אנגעכאפט אין א "שטרוי"..

יענער האט עס מיר געזאגט אויף מסביר צו זיין פארוואס ער אליינס דרייט זיך מיט אן אויער-צו-אויער'דיגס.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:36 pm

קרעמער האט געשריבן:א איד האט מיר היינט נאכגעזאגט א גוט ווארט פון ר' אלימלך בידערמאן שליט"א

עס שטייט אין פרקי אבות והוי מקבל את כל אדם בשמחה, פרעגט ער וואס איז די ריבוי פון "כל", נאר דאס קומט מרבה זיין דעם מענטש זעלבסט... מען דארף זיך אליינס אויפנעמען מיט פרייד!


ענליכס איז דא א גוט ווארט:
א איד טאר זיך נישט אליינס פיינט האבן! והא ראי' אז די תורה גיט אונז א דוגמא וויאזוי ליעב צו האבן דעם חבר "ואהבת לרעך כמוך"... האב יענעם ליעב ווי זיך אליינס, איז דאך נישט מסתבר אז די תורה ערלויבט מען זאל זיך אליין פיינט האבן.

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:41 pm

;l;p-

אמאל מיט א גרינעם קען מען אויך יענעם אויפהייבן...
'קרעמער' העלף צי...

דאנערשטאג ינואר 26, 2012 5:14 pm

חייקל האט געשריבן:יישר כח! איזיל ואימליך.... צו איך קען אננעמען דעם אפיציעלן פאסטן.
אבער אלענספאלס קומט דאס מיט א תנאי,
אז ווען איר זעהט מיך אליין מיט אראפגעלאזטע נאז, (יא ס'מאכט זיך.. זאל זיך נישט מאכן) זאלט איר מיר מוחל זיין דאן צוריקזאגן די אלע שיינע רייד, יאך קען דאס פונקט אזוי נוצן ווי אייך.

אין אמת'ן, שמחה איז פינקט אזוי א דרך אין עבודת השם, ווי איעדע גוטע זאך, און א מענטש איז דאך א הולך, ווי אויך שטייט די לשון מרבין בשמחה, איז משמע, אז ווי אימער מען געפינט זיך, אפי' ווען אויף א הויכע שטאפל אין שמחה, כש"כ וכש"כ אז מען געפינט זיך ביים אנהייב, זאל דער אייבערשטער העלפן, אז מען זאל זיך אויפהייבן מער, און בס"ד מוסיף חייל צו זיין, צו מער שמחה בעזה"ש.

הצליחה נא!
שרייב א תגובה

Advertisement