Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארוואס זאלסטו נישט קענען דאנקי-קאנג?

דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:30 pm

יא, פונקטליך דאס איז מיין קשיא!!!
פארוואס אין די גהינום, זאלסטו נישט קענען קיין דאנקי-קאנג???

וואס שטייסטעניש קרעמער?
מילא די געים פון טעטרריס, ניחא להו, העטעך געווען שוין אראפגעשלינגן אבער די באקאנטע שערצערוואלעמיהאי׳ער הקפה ניגון וואס די געימבוי (א רעכטער אייניקל, אחר בן אחר, פון די טיימאוט) האט געזונגן, כמיין, מזוכט זוך נייע גליקן, ס׳איז זע גארניש-נישט גוט די טיימאוטס וואס רעב יודל האט נאך אוועקגעכאפט פון טאטי אין קעמפ? (אמערעדט שוין: הייסע זופ, ווער וויל זיך מסגף זיין...?), א דור פון מבקשים...? סטי געהערט אזוינס? ער מוז שפילן דוקא ״גערעגטע-פייגלעך״, מילא ווילסט שפילן ״סופער מאריא״, כ׳מיין שלום לויפר׳ן האט קיין סופער-מאריא, נישט געשפילט, אבער על כל פנים עפעס א שייכות צו דעם אמאל.

אבער טעטריס?

רבותי חלש׳ט נישט, אבער כציטער, סעט נאך קומן א צייט ווען סעצעך ענדיגן ביי...

עסן פיצא, היל״ת.

Advertisement

דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:52 pm

איך האב נאך פון די טיימאוטס אין איינע פין זיי וואס כ'האב איז דאנקי-קאנג #2

דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:53 pm

שטארק זיך, דו ביזט אייזן... וואן אוו עי קיינד ;l;p-
צו צו צו... א קניפ אין בעקעלע...

(לקיים מה שנאמר: יהללוך זר, ולא -און אויב נישט - פיך, טוה עס אליין...)

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:11 am

יוש איך דערמאן זיך כהאב באקומען די ערשטע דאנקי-קאנג אין יארע תשמג דאכטזיך אז טאקע יענעם יאר איז עס ארויס געקומען אדער א יאר פריער כהאב געשפילט מיט די טיימאוט אזוי ווי אלע שעות לאנג עד......

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:17 am

גלייב מיר שטארק זיך, כאב 3 מאל איבערגעליינט דיין תגובה, אבער ללא הואיל, עס קוקט מיר אויס ווי די שובבי"ם תורה אלס אינגל, אפשר בין איך טאקע צו יונג ווייל דאס ביסל וואס כאב יא געכאפט זעה איך אז עס רעדט זיך פון 20 יאר צוריק.

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:19 am

איר זייט גערעכט, אבער ווייסטעך... צוואנציג יאר איז א קורצע תקופה...

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:22 am

זייער שיין.
אבער וואס זענען די צוויי .. דארטן?

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:24 am

קענסטעס אראפנעמען, כאב עס נאר געשריבן אלס א דוגמא...
..
בד״וו שוועמל, איין תגובה מעג דא שטימן מיט די אנדערע...

פרייטאג ינואר 20, 2012 2:21 am

פארוואס אין פארברענגן?

פרייטאג ינואר 20, 2012 2:36 am

גערעכט, מנהלים פירטס אים אריין ...

פרייטאג ינואר 20, 2012 2:40 am

leiby האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:העי - פארוואס זאלסטו נישט קענען פאטאשאפ

כווייס נישט צו וועם דו האסט גערעדט, אבער אויב האסטע גערעדט צו מיר איז דער ענטפער 'ווייל איך וויל נישט'. פימפל

פארוואס זאלט איר נישט קענען עסן קעטשאפ

דארט אינם לינק שרייבט צום זאך מיין ענטפער צו אייך מר. שטארק זיך.

פרייטאג ינואר 20, 2012 9:56 am

ווינקל,
נישט יעדער איז גענוג בעל כשרון צו קענען דאנקי-קאנג, פרוביר עפעס גרינגער ווי למשל פאטאשאפ... איך למשך האמיך באקענט מיט פאטאשאפ מאצעשאבעס ביים. קומשטויס...

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:32 pm

שוועמל האט געשריבן:זייער שיין.
אבער וואס זענען די צוויי .. דארטן?

כוועל אייך מסביר זיין עס איז געווען צוויי דאנקי-קאנג'ס (איך רעד יעצט פון די דאבעל סקרין), איינס א ארענדשע קאליר דאס איז געווען די ערשטע ארויס צוקומען, די צווייטע איז געווען א ברוינע קאליר אין דאס האט געהייסען דאנקי-קאנג 2, זע די בייגעלייגטע בילדער.
עטעטשמענטס
donky.jpg

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:46 pm

יוש!!!!
האסטמעך דערמאנט.

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:56 pm

די דרשה פון ר' זלמן בינער "א טיימאוט איז א עבודה זזזזרהה!!!" ליגט מיר נאך אין די ביינער.

פרייטאג ינואר 20, 2012 12:57 pm

;l;p- וויאזוי איז אריבער בלינקסיס, אז מען דערמאנט זיך די אינגע יארען איז גוט.

שבת ינואר 21, 2012 7:53 pm

גירסא דינקותא

שבת ינואר 21, 2012 8:08 pm

וואס פאר א תענוג איז געווען צוזען ווי די דאנקי דארט אויפען קרען פאלט ארינטער, ווי אזוי האט זיך די טיימאוט יעמאלט צוקלינגען. :lol:

שבת ינואר 21, 2012 8:23 pm

לאמעך זעהן צו איך געדענק נאך אפילו דעם ניגון וואס דער דאנקי פלעגט זינגען

טעלאלאלעלאלאלאלא - לאלאלאלאלא, לאפ טאלאלאלא טיראמבאם
דאס איז געווען די ערשטע פאל
איבריגע דענקעך שוין נישט
עני העלפ?

שבת ינואר 21, 2012 8:30 pm

נאכדעם איז געקומען די ניגון וואס האט געזינגען ווען מען האט צובאקומען פאונטס טערררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררר וכו'

שבת ינואר 21, 2012 8:32 pm

ניין, דאס איז נאר געווען ווען מ׳איז געווארן אויט

שבת ינואר 21, 2012 8:44 pm

ווען מען איז געווארען אוט ווענט זיך אויב מען איז אראפגעפאלען ווען מען האט פראבירט צוכאפען א שטריק וואס האלט די קרעין איז געווען די ניגון עה אה מיט אזא קוועטש, אויב איז דאס געווען אז מען האט זיך אריינגעשטויסען אין א באמבע אדער וויזוי מען וויל עס ריפען א באל, איז געווען די ניגון טערעררעם קארץ נישט אזוי לאנג ווי דערמאנט פריער.

שבת ינואר 21, 2012 9:13 pm

אבער פארט, פארוואס זאלסטו נישט קענען דאנקי... לאז אפ די ניגונים... די געים... סטופיד...

שבת ינואר 21, 2012 9:18 pm

זעסט אז מען קען עס, אין וואס איז מיט "גרין האוז" אדער "באמב סוויפער"

שבת ינואר 21, 2012 9:20 pm

ווי קען איך מיר עס אויסלערנען ? וויפיל געלט קען מען מאכן...?
שרייב א תגובה

Advertisement