Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:20 pm

פארוואס אויסוואשן די וועש אין פאבליק לאנדערי?

Advertisement

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:46 pm

ווינקל, צו וועם רעדסטו? קוק ווער ס'האט אנגעהויבן

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:58 pm

למען ישמעו ויראו

דינסטאג פבואר 07, 2012 2:00 pm

אזוי ווי די אשכול איז פארפארן אין א נושא וואס איז ביי מיר אמאל (ש'מער געדאכט) געווען עקטועל, אין אמת'ן האב איך געהאט אין פלאן מער קיינמאל נישט ארויפצוברענגן דעם נושא, נאר אז מ'רעדט שוין אזוי אין פאבליק און די מנהלים ענטפערן, וויל איך נאר מגיב זיין איין קליינע הערה:

ישלהוסיף האט געשריבן: איך ווינדער מיר סתם אזוי, וויפיל ניקס קענען אזוי די תקנות? דאכצעך זיי לערנען דער שווערע וועג.
איז נישט דא קיין פתח חרטה?

={'} איך האב נישט קיין טענות צו קיינעם, אבער איך שפיר אז ס'איז דא גרינגערע וועגן צו פארמיידן אלע געוועזענע אומבאקוועמלכקייטן ווי די וועגן וואס מ'ניצט יעצט. ויה"ר כאילו לא אמרתי כלום. והה"י.
לעצט פאראכטן דורך ניק ניק אום מיטוואך פבואר 08, 2012 9:44 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 07, 2012 3:06 pm

קרעמער האט געשריבן:ווינקל, צו וועם רעדסטו? קוק ווער ס'האט אנגעהויבן

כ'האב עס נישט פארזען, און כ'רעד טאקע צו עם אויך. כ'וואלט אפגעווישט דעם גאנצן שמועס. (נ.ב. כ'ווייס אויך פון וועלכן אשכול מען רעדט).

דינסטאג פבואר 07, 2012 3:23 pm

הרב ווינקעל די ביסט גערעכט, אוי ווי גערעכט די ביסט,
אבער ווי מומחה עצום האב געשריבען - אויב דאס איז געוועהן זיין כוונה - אז עס איז געוועהן אין מיין בראשית יארען אויף די היזיגע וועלט,
כ'בין אריין אין טונקעלע וואלד, כ'האב געבלאנדשעט, ברוך השם כ'בין ארויס מיט די הילף פון אפאר געטרייע 'אישי' הארציגע ניק'ס מיט גאלדענע הערצער,
וואס זייער ווערטער און הדרכה האט מיך אסאך געהאלפען.
אבער פארוואס שרייב איך דאס, איז וויבאלד נייע חברים זענען נאך יונג אין ווילד, פארשטייען בכלל נישט דער מהלך דא, איך וויל נישט אז עס זאל צו זיי געשעהן וואס איך האב באקומען, איז ממני ישמעו ויראו, צו זיי נזהר, זיך צו קאנטראלירען, און אכטונג געבען וואס און ווי אזוי מ'שרייבט.

דאס איז הדרכה. כ'האף מען פארשטייט מיך.

דינסטאג פבואר 07, 2012 3:31 pm

שכח יש להוסיף, איין זאך קען איך באשטימט זאגן, די אקט פון זיך זעלבסט מבזה זיין פאר א צווייטענס טובה איז העכסט קוראזשפול. איך גלייב נישט אז איך וואלט געהאט די גייסטישע כוחות דערצו.

אי לזאת, וואלט איך אפעלירט צו די הנהלה, אולי זאל מען געבן פאר חברינו ישלהוסיף נאך א טשאנס, און אים אנפארטרויען נאכאמאל מיט׳ן ״פאריכט״ קנעפל.

בלויז א רעקאמענדאציע...

דינסטאג פבואר 07, 2012 3:40 pm

ישלהוסיף, האסט גוט מכוון געווען

דינסטאג פבואר 07, 2012 3:47 pm

הרב ניק ניק, איך וואלט זייער געוואלט וויסן מער פון וואס דו רעדסט... וויפיל איך געדענק האט מען אריינגעלייגט "שעות" דיך צו העלפן!

שטארק זיך, פון עקספיריענט, אזא רעקאמענדאציע וואלט בעסער געהאלפן אין אישית...

דינסטאג פבואר 07, 2012 4:01 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הרב ניק ניק, איך וואלט זייער געוואלט וויסן מער פון וואס דו רעדסט... וויפיל איך געדענק האט מען אריינגעלייגט "שעות" דיך צו העלפן!

שרייב פארקערט, וויפיל איך געדענק האט מען אריינגעלייגט "שעות" דיך צו העלפן, [פארדעם וואלט איך נישט גענפערט פאבליק אויף] איך וואלט זייער געוואלט וויסן מער פון וואס דו רעדסט.
לעצט פאראכטן דורך ניק ניק אום מיטוואך פבואר 08, 2012 9:44 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 07, 2012 4:10 pm

ס'האט מיר געדויערט היבש לאנג צו כאפן וואס דו שרייבסט.

מוזט נישט ענטפערן אין פובליק, אבער נעקסטיים שרייב נישט אין פובליק בכלל. (אנלעסס דו ווילסט גיין אלל דע וועי אין פובליק.)

דינסטאג פבואר 07, 2012 7:19 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטארק זיך, פון עקספיריענט, אזא רעקאמענדאציע וואלט בעסער געהאלפן אין אישית...

לא ידעתי, וועל איך אזוי טוהן.

שוין, אויך פאראכטן.

אפשר לתקן..
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום מיטוואך פבואר 08, 2012 1:29 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 07, 2012 8:15 pm

דעס איז די פאראכטענע אשכול? כ'פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר ס'רוב תגובות האבן נישט די פאראכטענע לאטע.
שוועמל נעם דיך אן פאר דיין אשכול וועגן. יעדע תגובה וואסי ניש פאראכטן זאל פון דאנעט ארויסגעליידערט ווערן. והי' בזה שלום!
לעצט פאראכטן דורך לאז געמאכט אום דינסטאג פבואר 07, 2012 8:25 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 07, 2012 8:17 pm

---------------------------------------------------------------------

לעצט פאראכטן דורך לאז געמאכט אום דינסטאג נאכט 38 מאל איז עס געווארן פאראכטן כמנין לאז

דאנערשטאג מרץ 01, 2012 1:12 pm

טעסטינג טעסטינג איין צוויי דריי, טעסטינג טעסטינג איינס צוויי דריי.

מיין תשובה איז נתקבל געווארען לרצון לפני מנהלי העולם דידן, אין מיר געגעבען א מתנה, א געוואלדיגע מתנה, אולי לכבוד מיין אכט הונדרעט'סטע תגובה, זיי האבען מיר צוריק געגעבען דעם בענעפיט פון זיך קענען משתמש זיין מיטן 'פאריכט' קנעפל,

דאס איז א קנעפל וואס יעדער איינער האט, וואס די מנהלים שענקען אוועק פאר יעדער נייע חבר, אבער איין זאך, מ'דארף וויסען ווי אזוי דאס צו ניצען, ווען צו ניצען, וכיוצ"ב. האלטענדיק ביי אכט הונדרעט תגובות לערענט מען זיך זייער אסאך, הן בפארום והן באישי, מ'זעט ווי דיינע ווערטער ווערען געליינט דורך א גלאז דורך חבירים וואס האבען נאך קיינמאהל נישט מגיב געוועהן צו דיינע הודעות. התגובות שלך לא יהא דבר קל בעיניך.

הרב הגאון המפורסם רבי מש"פ שליט"א חבר ומו"ץ דקהלתינו האט דערמאנט דאס ענין פון שר הת"ת, דאס האט מיר דערמאנט וואס עס שטייט בספרי המקובלים אז פארדעם שרייבט מען די ספירה 'תפארת' נאר מיט די אותיות ת"ת, צוויי תוי"ן, וויבאלד די מיטלסטע אותיות וואס געפינען זיך ציווישען די צוויי תווי"ן, איז פא"ר, דאס קומט צו דערמאנען אז בזמן הגלות האט דער באשעפער כביכול אראפ געווארפען פון הימעל תפארת ישראל, אין געמאכט אפר תחת פאר, ממילא פעלט אונז דעם 'פאר' בזמן הגלות, פארדעם שרייבט מען ת"ת, עכ"ד.

זאל דער באשעפער טאקע אונז העלפען אז מיט שטאלץ צו כלל ישראל זאל זיך צוריק איבערקערען אפר צו פאר, אז די מדה פון תפארת זאל נתמלא ווערען בשלימותו, די מדה פון תפארת גייט טאקע ארויף אויף יעקב אבינו, ער איז דער וואס האט געזאגט האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים הקבצו ושמעו בני יעקב ושמעו אל ישראל אביכם, ווען מ'טרעפט אין חז"ל דעם אויסדריק 'שכינתא בגלותא' מיינט דאס דער בחינה פון תפארת, אין דאס איז פשט יעקב אבינו לא מת, אז אפילו מיר זענען בבחינת "שמעו בני יעקב" בשפל המצב, מיט דעם אחעם זענען מיר שמעו אל ישראל אביכם, מיר האבען דעם רצון, בעטען מיר טאקע בהאי זימנא הושע נא למען פארך הושענא נא.
לעצט פאראכטן דורך ישלהוסיף אום זונטאג מרץ 04, 2012 4:07 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג מרץ 01, 2012 1:36 pm

מזל טוב ר' יש אונז אלע פרייען זיך מיט דיין שמחה...

דאנערשטאג מרץ 01, 2012 6:18 pm

כל שתפארת לו מן האדם... מזל טוב ר' יש להוסיף לרגל הגיע למספר ת"ת למז"ט.

---
האסט נאכנישט פאראכטן דיין תגובה
לעצט פאראכטן דורך ווינקל אום דאנערשטאג מרץ 01, 2012 6:19 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג מרץ 02, 2012 12:22 am

מזל טוב שר התפארת ר' יש להוסיף, מיר דארפן PROOF... נו, גיב א פארריכט

זונטאג מרץ 04, 2012 4:09 am

קרעמער האט געשריבן:מזל טוב שר התפארת ר' יש להוסיף, מיר דארפן PROOF... נו, גיב א פארריכט


פרובירט, געדריקט אויף פאריכט, ויבא - פאראכטען.

א הארציגע דאנק פאר דיר הרב קרעמער יר"ה, וחבירך מנהלי העולם דידן.

יעצט עמיר קענען מוסי"ף צו זיין ביתר שאת וביתר אז.

דינסטאג יולי 07, 2015 3:11 pm

איז דא א מאקסמיום צאל וויפיל א תגובה קען ווערן פאראכטן??
שרייב א תגובה

Advertisement