בלאט 1 פון 3

האט איר שוין געשריבן צוואה?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 8:16 pm
דורך דוד פיישוט
איך פרעג ווייל א חבר מיינער (נישט צופיל עלטער פון מיר) האט מיר פריער געזאגט אז ער האט שוין געשריבן פאריאר כ"א אדר ווען ער איז געפארן קיין ליזענסק

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 8:19 pm
דורך פארשריבן
זאג מיר דעם אמת: פון וועם האסטו געהערט ש"ש תורה?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 8:20 pm
דורך דוד פיישוט
וואו קומט עס דא אריין?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 8:22 pm
דורך שטארק זיך
ר׳ דוד, די אויגן ברילן דיינע פארשרייב מיר ביטע...

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 8:25 pm
דורך דוד פיישוט
איך האף אז ס'וועט שוין זיין אוט אף סטייל ווען כ'וועל גיין......

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 9:24 pm
דורך שטרוי
הרב ר' דוד, אויב איך מעג פרעגן, ווי אלט איז אייער חבר, וואס איר דערמאנט אים דא, ??

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 9:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
אפשר מאכסטו א אפציע און די אנקעטע, "דו ביסט טויט מעשוגע, הער שוין אויף"!!!

just joking!

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 10:31 pm
דורך farshlufen
גאר קיין וויץ, נישט אזוי ווייט די צוואה פאר די וואס פארבלייבן דאהי, ווי דאס זיך צוגרייטן צו קאנען פארנוצן דארטן, דאס ברויך מען אנהויבן ביי די 13, קיין איבריג צייט איז פארהאן צו פארנוצן אויף דברים וואס ברענגען קיין נוצן אויף נאך די הונדערט און צוואנציג.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 10:59 pm
דורך ים רויבער
נישטא די אפציע "איך האב שוין געשריבען צוויי"

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 11:08 pm
דורך פליגל
א מין אויסוואל?

יא און פארטיג! וואס א חילוק פארוואס?

יא
ניין
ניין אבער כ'אב אין פלאן אויף בקרוב
--------------

ים רויבער; אפשר דאס מיינט ער מיט "עפעס אנדערש"...
------------

פארשלאפן; האסט א נקודה.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 14, 2012 11:47 pm
דורך אויפריכטיג
אין וועלכע ישיבה האט זיך שוין אנגעהויבן בין הזמנים?...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 1:21 am
דורך מומחה יוחס
וואס איז געשעהן גייט איינער דא שטארבן ח"ו?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 3:56 am
דורך מכטי1
ווער ווייסט ווי אלט איז געווען אדמו"ר ר' נפטול'שע מבאבוב זצ"ל ווען ער האט געשריבען צוואה???

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 2:44 pm
דורך סביב העולם
מומחה יוחס האט געשריבן:וואס איז געשעהן גייט איינער דא שטארבן ח"ו?

אל תפתח פה לש.....

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 2:49 pm
דורך יהיה כן
נאכנישט דא אויף וואס (אויסער אויף חובות און שמוציגע זאקן...., כ'האף מ'עט זיך אויף דעם נישט קריגן.....)
קיין רבי'סטעווע, קיין עשירות, קיצער, נאך נישט די וועלט און נאך נישט יענע וועלט.....

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 3:55 pm
דורך שמו
ס'שפירט זיך שוין די שובבי"ם, ס'זעהט אויס אז איר האט געכאפט א הרהור תשובה,

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 4:00 pm
דורך שנאפס
שמו, איר שרייבט די זעלבע ווי פארשריבן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 5:10 pm
דורך סאכדעס
ים רויבער האט געשריבן:נישטא די אפציע "איך האב שוין געשריבען צוויי"

כ'טענה דאס זעלביגע....

לענין, שרייבן א צוואה, מיינט נישט נאר צו פארטיילן ירושה, מ'מעג אויך לאזן וויסן די קינדער וואס די באגערן זענען.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 11:07 pm
דורך קרעמער
פארשריבן האט געשריבן:זאג מיר דעם אמת: פון וועם האסטו געהערט ש"ש תורה?

שערי שמים?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 3:39 am
דורך שאץ מאץ
אויב צוואה
שרייב איך די קעש פארברענען די חובות צוטיילן צווישן די קינדער.....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 3:49 am
דורך מכטי1
שאץ מאץ האט געשריבן:אויב צוואה
שרייב איך די קעש פארברענען די חובות צוטיילן צווישן די קינדער.....

אוי זאגסטו גוט!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 7:41 am
דורך msp
איך האב מורא אז מיינע זיהן וועלען זיך שלאגען וועגען דאס רבנות ד'עדזשלי והגלילות....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 10:22 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:איך האב מורא אז מיינע זיהן וועלען זיך שלאגען וועגען דאס רבנות ד'עדזשלי והגלילות....

ניין איינער וועט נעמען עדזשלי און איינער די גלילות!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 10:56 am
דורך msp
;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 11:19 am
דורך דוד פיישוט
שטרוי האט געשריבן:הרב ר' דוד, אויב איך מעג פרעגן, ווי אלט איז אייער חבר, וואס איר דערמאנט אים דא, ??

פונקטליך קען איך דיר נישט זאגן
אבער ער איז אונטער די דרייסיג