בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 11:32 am
דורך געלעגער
דוד פיישוט האט געשריבן:שטרוי האט געשריבן:הרב ר' דוד, אויב איך מעג פרעגן, ווי אלט איז אייער חבר, וואס איר דערמאנט אים דא, ??
פונקטליך קען איך דיר נישט זאגן
אבער ער איז אונטער די דרייסיג
פארוואס דרייסטו דיך מיט עלטערע חברים?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 11:45 am
דורך דוד פיישוט
דו האסט נישט קיין שום חבר וואס איז עלטער פון דיר מיט אפאר יאר?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:26 pm
דורך שטרוי
דוד פיישוט האט געשריבן:שטרוי האט געשריבן:הרב ר' דוד, אויב איך מעג פרעגן, ווי אלט איז אייער חבר, וואס איר דערמאנט אים דא, ??
פונקטליך קען איך דיר נישט זאגן
אבער ער איז אונטער די דרייסיג
איך מיין אז עס איז מן הנימוס צו שרייבן א צוואה, נאך'ן אריבערגיין רוב שנותיו פין א מענטש,
יא.. בכלליות, די ערענסטקייט, מתוך שמחה נאר, מעג זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 1:51 pm
דורך שנאפס
דוד פיישוט האט געשריבן:שטרוי האט געשריבן:הרב ר' דוד, אויב איך מעג פרעגן, ווי אלט איז אייער חבר, וואס איר דערמאנט אים דא, ??
פונקטליך קען איך דיר נישט זאגן
אבער ער איז אונטער די דרייסיג
פארוואס קענט איר נישט זאגן פונקטליך? איר האט נישט געשריבן זיין ניק
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 4:49 pm
דורך פאטאקי08
א גרויסער עולם דא האבן זייער טאטעס און זיידעס און אפשר זייערע עלטער זיידעס (ביז די 180 יאר) נאך נישט געשריבען צוואה
דוד פיישוט האט געשריבן:האט איר שוין געשריבן צוואה?
די פרעגסט לענין געלט ?(לייף אינשורענס וכדומה)
אדער לענין וויאזוי דו קינדער זאלן זיך פירן? (וועלכע מנהגים וכדומה)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 4:50 pm
דורך פאטאקי08
בכלל גלייב איך אז 80 פראצענט אידן לאזן נישט איבער קיין צוואה
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 9:27 pm
דורך ישלהוסיף
מכטי1 האט געשריבן:ווער ווייסט ווי אלט איז געווען אדמו"ר ר' נפטול'שע מבאבוב זצ"ל ווען ער האט געשריבען צוואה???
כ"ק מרן רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל זי"ע האט געשריבען זיין צוואה בשנת תשל"ד, אז מ'טראכט גוט אריין וואס דאס מיינט א איד ווי איהם זיך צו זעצן שרייבען א צוואה אין זיינע פערציגער יאהרען, אין וואס שרייבט ער דארט? מ'זאל נישט שרייבען גארנישט קיין טיטלן אויף זיין מצבה, נישט א נאמען געבען א בנין על שמו. וכו'. דער וואס פארשטייט וואס באבוב איז געוועהן תשל"ד... אין דאך האט ער זיך געזעצט שרייבען...
האי חסיד האי עניו, ענוותן ושפל ברך, אשרי הדור ואשרי לילדתו.
דער חשבון אבער פאר זיין שרייבען איז געוועהן, וויבאלד ער האט דעמאלס חתונה געמאכט זיין יונגסטע טאכטער הרבנית אשת כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב (45) שליט"א.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:12 am
דורך msp
מי יתן און מען וואלט געקענט נאך נהנה פון אזא הייליג אור
דער רבי ר' נפתל'טשע זי"ע האט שטארק ליב געהאט ירושלימ'ער ענינים
ער האט געראדע מיך מקרב געווען ווען איך בין בבחרותי געווען אויף סוכות אין באבוב ווייל ער האט זיך דערוויסט מיין ירושלימער אפשטאם
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:30 am
דורך פארשריבן
כמדומה לי אז ער איז געווען מער נטורי קרתא געשטימט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:44 am
דורך מכטי1
פארשריבן האט געשריבן:כמדומה לי אז ער איז געווען מער נטורי קרתא געשטימט.
אפשר, אבער אויף גאר אן איידעלען אויפ'ן
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 8:06 am
דורך msp
פארשריבן האט געשריבן:כמדומה לי אז ער איז געווען מער נטורי קרתא געשטימט.
נו איז וואס?
איז דאס א סתירה צו מיר מקרב זיין?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 11:22 am
דורך סאכדעס
פארשריבן האט געשריבן:כמדומה לי אז ער איז געווען מער נטורי קרתא געשטימט.
אין וואס פאר א פרט???
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 11:42 am
דורך ישלהוסיף
דער קלויזענבורגער רבי געדריקט אין זיינע מכתבים חלק ו', האט געשריבען זיין ערשטע צוואה בשנת תשל"ט, געבוירען איז ער תרס"ד כמדומה, רעכען אויס.
ליבאוויטש רבי האט געשריבען זיין ליגאלע צוואוה בשנת תשמ"ח בימי השבעה של א"ח הרבנית חי' מוסיא ע"ה בשנת תשמ"ח.
פין אדמורי"ם מסאטמאר זי"ע ומהר"ש מבאבוב, איז נישט באקאנט צו זיי האבען געשריבען בכלל א צוואה.
רבי הירשעלע ספינקא אויך נישט געשריבען א צוואה, דער תירוץ דאס ער איז אוועק פלוצלינג, איז נישט אנגענומען היות ער איז שוין געוועהן למעלה מחצי שנותיו של אדם.
פין דער ריי"ץ מליבאוויטש אעפ"י וואס ער האט זייער אסאך געשריבען האט ער נישט איבערגעלאזט א צוואה, (זיי טאטע דער רש"ב האט יא געשריבען).
דער מנחת אלעזר האט געשריבען זיין צוואה, מיט הוספות במשך השנים?
דער אמרי חיים מוייזניץ האט נישט געשריבען (עס האט טאקע געברענגט אסאך קאפ-וויי)
דער תולדות אהרן רבי האט יא געשריבען, אבער דא האט דאס יא שרייבען געברענגט קאפ-וויי מיט קונטריסים לגבי די הוספות אין כת"י.
מקען טרעפען אסאך קונטריסים וכו' פין צוואות וואס גדולים האבען געשריבען, אבער די עיקר איז לגבי די יורשים.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:01 pm
דורך msp
עס איז דא א ספר מיט צוואות פון גדולים געדרוקט דארך הרב יעקב משה הלל
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ"ק אדמור מפאפא זצ"ל האט אויך נישט געשריבן, און עס איז געשען ווי סשטייט דא אויבן ביי וויזניץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:38 pm
דורך ישלהוסיף
msp האט געשריבן:עס איז דא א ספר מיט צוואות פון גדולים געדרוקט דארך הרב יעקב משה הלל
די רעדע איז לגבי א צוואה וואס הייסט די יורשים טוען פארשידענס בנוגע דברים גשמיים, הנכסים וממון וכדומה,
אבער א צוואה וואס איז 99 פערצענט א מוסר ספר קען מען גיין אויף היברובוקס דארט איז דא לרחצה וואס מ'האט אפגעשריבען במשך השנים.
אמאהל געהערט אז א צוואה איז אזוי די "בלעק באקס" נאך א קראך, וואס ווייזט וואס מ'האט ווייטער צו טוהן, אין אויב איז דא קיין צוואה...
רבי הירשעלע קרעטשנוף האט יא געשריבען א צוואה מיט עטליכע הוספות במשך השנים, עטליכע וויכטיגע פוקטען זענען זיך שטארק סותר,
ויראתי מאוד להאריך מחמת תקנות המקום.
ביי א געוויסע רבי ווייסט מען קלאר אז ער האט געשריבען א צוואה, אבער לאחר פטירתו איז עס "נעלם" געווארען. י"א ס'איז בעסער אזוי, וי"א להיפך.
הרה"ק רבי אהרן רוקח מבעלזא האט נישט געשריבען.
כ"ק מסקווירא האט יא איבערגעלאזט, עס איז איז געוועהן אפאהר דפים בנוגע די טעכטער צו עס האט יא א דין צוואה צו נישט, אבער הרבנית ע"ה האט געמאכט סדר, אז יעדע זאל זיין צופרידען (לשיטתה?) (שמעתי מא' שדודו היה אז מעורב במו"מ, מי יוכל להעשיר ידיעותינו עוד בזה).
דער אמרי אמת פון גור האט געשריבען אין א צוואה אז זיין ברידער הי"ד גאהר זאל איבערנעמען די נשיאות.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 1:20 pm
דורך מאשקע
הרב יש להוסיף, איך זעה אז איר גלייכט זייער שטארק צו שפאצירן אויף א גאר דינעם שטריקל.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 3:00 pm
דורך שנאפס
פון צייט צו צייט פאלט ער אריין אין מאראסט.. אבער נישט געפערליך
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 6:49 pm
דורך סאכדעס
דו זאגסט נישט געפערליך, ער לאזט נאך שמוץ אינעם גאנצן ארום.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 6:59 pm
דורך צייטליך
און איך לאך.. מ'קען אבער קיין טענות אויף ישלהוסיף נישט האבן, ער קען גאנץ גוט די פאך פון שפאצירן אויף דינע שטריק און אפילו ער טרעט אין מאראסט שרייבט ער צו די וי"א להיפך...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:08 pm
דורך עבודת_הבורא
רבותי
איך וויל אייך זאגן אזאך, ווערט נישט דערשראקן,
א מענטש איז בכח בדרך הטבע זיך ארויסדרייען פון פארשידענע זאכן, סכנות, קרענק, וכדומה, איין זאך וואס ער איז נישט בכח, איז, זיך ארויסדרייען פון שטארבן.
איר קענט מיר ענטפערן ביטע.
פינקט די זיכערע זאך, וואס איז נישט דא נאך אזא זיכערע זאך ווי דעם, האט דער מענטש עפעס און מוח אז ער וועט זיך ארויסדרייען דערפון. פארוואס?
די תירץ איז די זעלבע ווי די בת היענה'ס, ווען זי גראבט זיך די קאפ אריין און דער ערד, און זי פילט זיך ווי געראטעוועט, פון איר פארציקער.
אלזא עס איז א זאך וואס גייט געשען,
יעצט אויב האט איר נכסים שרייבט א צוואה, נעמט א לויער, א חרדישע, זיי שטעלן דאס אהער געווענטליך עס זאל זיין אויסגעהאלטן ע"פ תורה און להבדיל ע"פ חיקי המדונה.
אויב עפעס איז שרעקעדיג איז עס די מציאות, נישט די צוואה.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:31 pm
דורך פאטאקי08
עבודת הבורא
גאנץ גוט געזאגט
אבער איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס האט א אינגערמאן וואס איז א בן שלשים אדער בן ארבעים צי שרייבן א צוואה?
לאמיר זאגן ער האט א דירה און ער האט א לייפ אינשורענס פון א מיליאן צוויי דאללער
וואס דארף ער שרייבען?
און וואס גייט געשעהן אויב ער שרייבט נישט?
שאץ מאץ האט געשריבן:אויב צוואה
שרייב איך די קעש פארברענען די חובות צוטיילן צווישן די קינדער.....
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 10:26 pm
דורך שטארק זיך
פאטאקי08 האט געשריבן:עבודת הבורא
גאנץ גוט געזאגט
אבער איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס האט א אינגערמאן וואס איז א בן שלשים אדער בן ארבעים צי שרייבן א צוואה?
לאמיר זאגן ער האט א דירה און ער האט א לייפ אינשורענס פון א מיליאן צוויי דאללער
וואס דארף ער שרייבען?
און וואס גייט געשעהן אויב ער שרייבט נישט?
שאץ מאץ האט געשריבן:אויב צוואה
שרייב איך די קעש פארברענען די חובות צוטיילן צווישן די קינדער.....
עבודת הבורא רעדט אין פאל ער האט נישט,
וואס נאך?
דו ווייסט גאנץ גוט אז די סיבה פארוואס דער עולם טרייבט לצנות דערפון איז נישט צוליב די מינדערוויכטיגקייט פון א צוואה, נאר ענדערש ווייל מען ציטערט פאר דעם יזכיר לו... אדער ווי עבודת הבורא רופט דאס אן ״בת היענה״ מענטאליטעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 3:14 am
דורך מכטי1
עבודה די פרעגסט גוט, די אמתע סיבה איז וויל רוב מענטשען פילען אז אויב זיי גייען שרייבען צוואה איז שוין דא ענדיגען זיי זייער קארערעיע, פרעג די אלע וואס האבען עלטערע, איינער האט מיר דערציילט אז ער האט אן עלטערע פעטער אן עלנדע איד וואס האט נישט קיין קינדער ל"ע מ'האט גערעט אין די משפחה אז ווען מ'רעדט מיט איהם וועגען צוואה הערט ער נישט און ער זאגט מיך ער איז געגאנגען פרובירען ער שמואסט אזוי געמיטלעך מיט'ן פעטער און ער זעהט הפלא ופלא זיינע אויערען זענען אוקיי שוין הייבט ער אהן משכנע זיין דעם פעטער אז אשאד די געלט גייט צים רעגירונג אויב שרייבט מען נישט צוואה ..וכו' וווווואאאאאסס -שרייט די פעטער- כ'הער נישט רעעעד העעעכעעער ווואאאאסס, האט ער געזאגט נאך העכער כ'הער גארנישט די רעדטס צי שטיל-זאגט די פעטער וכו'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:17 am
דורך עבודת_הבורא
יא יא ריכטיג דאס איז די מציאות
מענטשען האבן מורא צו גיין צום דר. ווייל דאס גייט זיי קראנק מאכן,
מענטשען ווילן נישט נעמען מעדעצון ווייל זיי גייען זיין נערווען קראנקע,
מענטשען ווילן נישט שרייבן קיין צוואה ווייל זיי גייען...........
די מציאות בלאבט ביי אלע פעלער איין אמת'ע מציאות, די רעדע איז אריין צו קוקען די מציאות און פנים אריין און טון די ריכטיגע וואס עס פארלאנגט זיך.