Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וחי אחיך עמך - שטיצט אונז

מיטוואך מרץ 14, 2007 3:19 pm

פארסאפעט און אפגעשוויצט, קוים געענדיגט אפשרייבן נעכטן אן ארטיקל וואס ס'האט נישט שלעכט אויסגענומען, ב"ה, יא באמת, די קאמפלימענטן געבן מיר חיות, און נאך מער האב איך הנאה געהאט פון די צוויי תיבה אישית'ן בנוסף צו איין קאמפלימענט אווער די פאן, אז מיין ארטיקל איז ווערט קעש.. יישר כח פאר אייך אלע.

כ'האב נישט געהאט בדעה היינט זיך שוין אנצוטוהן די סיט בעלט, ארויסרוקן דעם לעדל ווי דאס קיבארד געפינט זיך און זיך נעמען פארסמאסקעווען מיט די קנעפעלך, איז אבער פארט פארן ציבור, א ווארימער ציבור, א וואוילער ציבור, א פאלגזאמער ציבור בין איך דא אויסן אראפצולייגן און אדווערטייזן מיין קאר וואש.

באמת, איך בין שוין לאנג נישט דארט געווען, ב"ה איך באקום פון דארט גוטע גריסן אז ס'גיסט זיך ווי וואסער, עס "דרייען" זיך דארט קופקעס און פירן א רעדל, איך באקום אינפארמאציע אז ווען איר קומט דארט אריין באוואשט מען אייך פון אויבן אראפ, עטליכע שטעכעדיגע שפיציגע ווערטליך אויף אייער חשבון באגלייט מיט פראסקעס פון ליילעכער און גרויסע שמאטעס, ואת והב בסופה ווען צום סוף באקומט מען פערזענדליכע קלעפ מיט די בלויזע הענט און פון כמו-מקווה האנטיכער.

איר קומט אריין מעלטס איין אז איר האט עס געזען אדווערטייזט אין די קרעטשמע, מעגליך אזוי וועלן מיר באקומען נאך ליינער'ס.

א חג כשר ושמח
יקיש דער קאר וואש

Advertisement

מיטוואך מרץ 14, 2007 3:25 pm

זייער א גוטע דזאב געמאכט מיט מיין קאפ יענע מאל, איך קלער טאקע צו גיין נאכאמאל, איז דא עפעס פסח ספעשל'ס, אדער גאר קרעטשמע ספעשל'ס??

מיטוואך מרץ 14, 2007 3:27 pm

דיין קאפ? חאחאחא, און מיר האט מען פארציילט אז מ'האט עס אינגאנצן אראפגענומען.. אן עלמא דשיקרא

מיטוואך מרץ 14, 2007 3:56 pm

יגר;
ערשטנס, לייג צוריק ארויף דעם בילד פון דיין קאר וואש. דאס פייגל קענסטו שוין אראפלייגן. ס'איז שוין זומער. זיי קומען שוין צוריק פון פלארידע.
צווייטנס, אפשר שרייבסטו די דירעקציעס אנצוקומען צו דיין קאר וואש?

מיטוואך מרץ 14, 2007 4:01 pm

ערשטענס יגר'ל וואס איז פשט אז מ'האט נישט אפגעווישט מיין קאר ווי ס'באדארף צו זיין? הא? האסט מיר צוגעזאגט אז דו גייסט ערלעדיגן די מעקסיקאנער זאלן טוהן זייער JOB בשלימות. עניוועי, גוט געזאגט גוט געשריבן.

יאנאש, פון וואס פאר א קאפ רעדסטו דא?

מאשקע, כ'מיין די וועג צוריק פלאטערט מען שוין נישט?

מיטוואך מרץ 14, 2007 4:16 pm

זיי האבן דאך שוין געזאלט לאנדען דאהי מיט עטליכע טעג צוריק.

מיטוואך מרץ 14, 2007 4:21 pm

כ'זאג אייך יגר'ל האט אן ערענסטן פראבלעם. דא די קאר וואש, מוז ער שוין עפענען, דער עולם דארף אויף פסח שיינע קארס. און די שנייען די קעלט האבן שוין אויך נאכגעלאזט. סאו דער עולם איז געקומען פריער ווי גערישט. פון די אנדערע זייט האבן זיינע פויגל נאך נישט געוואוסט אז דער זוממער אין נוי יארק נעבן דעם נארטפאול האט זיך שוין אנגערוקט. איי געס זיי האבן נישט געליינט מאשקע'ס ארטיקל. און זיי האבן זיך שפעט ארויסגעלאזט פון פלארידע, זיי פליען נאך.

איז אזוי, געבן א לאז אויס די פויגל??? כ'מיין זיי קענען דאך נאך שטארבן פון אז פלוצים'דיגער אויסלאז. זאל ער אפלאזן די קאר וואש? אידאך כיוון דאידחי אידחי. איז וואס קען מען טוהן?

יגר'ל דו מוזט ממשיך זיין מיט'ן ארטיקל, זאל דער עולם האבן פון וואס צו שמייכלן.

מיטוואך מרץ 14, 2007 4:21 pm

תיקון טעות מיין קאר, אבער באמת איז ער א שערער געוועזן פאר ער איז א ראש הקהל געווארן.

מיטוואך מרץ 14, 2007 7:44 pm

רבותי יגר וואשט קאר'ן גאראנטיט ביז 30 טעג וועט עס זיין פארטיג

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 11:01 am

מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, און ס'האט דא אויך אזוינס פאסירט, נאכן מעלדן די גרויסע נייעס מיט די קאר וואש, האבן אנגעהויבן דא צו ערשיינען ארחי פרחי'ניקעס, און סתם אורחים, וואס זיי האבן אריינגעגעבן זייער וואגן מ'זאל עס פסח'דיג מאכן כדת וכדין, די פערדן זעלבסט האבן זיי מיטגענומען העכער זייערע פיס..

נאכן אראפלייגן א הערליכן ארבעט אויסצורייניגן יענעם'ס צדה לדרך, אלטע דרייווינג גלעזער, פיר קליינע תפלת הדרך'ן (אויב ער וואלט עס ווען געזאגט באצייטנס גראד נאכן ארויספארן א פרסה וואלט ער נישט געדארפט זאגן אלע פיר אין טרעפיק..), רחמנא ליצלן א טעיפ וואס אלע רבנים האבן גע'אסרט צו הערן, האט מען עס אלעס מבער געווען, און מ'האט אנגערופן שמעון'ען צו מעלדן אז זיין קאר איז רעדי אויפצופיקן.

דריי שעה שפעטער קומט שמעון צוריק און פרעגט ווי איז דאס וועגעלע, מ'קוקט אהער מ'זוכט אהין און מ'זעהט אז דאס 8-פאסענדזשער-מיני-ווען זיינער איז טאקע נישטא, אנשטאט דעם ליגט אן אנדערער 7-פעסענדזשער מיני-ווען, וואס דער בעה"ב האט שוין באצאלט דאס געלט און האט עס שוין געזאלט האבן אויפגעפיקט א שעה צוויי צוריק.

קיין צוויי ברירות האבן מיר נישט געהאט, מיר האבן געגעבן פארן שמעון'ען יענעם ווען, אנשטאט זיין 8-פעסענדזשער-מיני-ווען, און מיר האבן אויפגעהאנגן א מודעה אין קאר וואש: ווער עס האט פארטוישט א 7 רייעדיגע ווען מיט אן אכטער, זאל זיך ביטע מעלדן..

בעסעקלי, דער עולם באצאלט, מענטשן זענען צופרידן פון די ארבעט, איך לאז טאטע'ס קומען מיט זייערע קינדער מיטצוהאלטן דעם ספעקטאל, אבער ס'איז נישט רעקאמענדעט פאר קינדער אינטער די צוויי יאר ווייל זיי דערשרעקן זיך געווענדליך.

דער וועד הצניעות האט אריינגעבויעט א סיסטעם, אז אויב ס'באמערקט אז ס'איז א פרוי-דרייווער שיסט עס אויס די פראנט פענסטער א סקונדע איידער ס'פארט אריין אינעם גרויסן וואש צימער... ביטע צו קענטעניס נעמען.

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 11:04 am

חחחחחחחחחחחח יגר גרויס איז דיין שכר פארן זיך אפגעבן מיט די אלע אורחי פורכיניקעס , אין אויך פארן אינטערטענען אין אזא שווערע טאג ווי היינט, שכח

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 11:09 am

יגר;
דו ביזט גוט. ווערסט בעסער און בעסער פון מינוט צו מינוט.

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 11:09 am

יגר, איך לאך, שכוח.

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 11:13 am

יקיש, דו האסט פיק אפ און דעליווערי?

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 12:36 pm

חחחחחחחחחחחחחחח כ'רעדט שוין נישט פונ'ם טעיפ און אויך נישט פון די פארטוישעכץ די זיבן רייעדיגע עטר.. אופסס. כ'מייין זיצעדיגע סיטס. די פרויען דרייוערס, דאס איז דא געוואלדיג.

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 9:02 pm

יקיש יגר'ל (סהדותא אויך ?!! כאב נישט געוויסט ביזט א תימנ'ער? )

גוט הערליך באשריבן, כה לחי !!!


שכוייח פאר די שמייכל אויפן חשבון פון וועד הצניעות....

דאנערשטאג מרץ 15, 2007 11:47 pm

יגר ;l;p-

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:19 pm

איך בין היינט געגאנגען קלינען מיין קאר לכבוד פסח, און יגר און זיינע מיטהעלפער האבן מיך זייער שיין אויפגענומען.
נאר איין פראבלעם איז געווען: די קאר-וואש האט נישט געארבעט!
און באצאלן האב איך געדארפט ווי א טאטעלע...

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:28 pm

מאשקע האט געשריבן:איך בין היינט געגאנגען קלינען מיין קאר לכבוד פסח, און יגר און זיינע מיטהעלפער האבן מיך זייער שיין אויפגענומען.
נאר איין פראבלעם איז געווען: די קאר-וואש האט נישט געארבעט!
און באצאלן האב איך געדארפט ווי א טאטעלע...


ווי איך פארשטיי איז עס נאר פאר וועגענער, נישט פאר געהעריגע קארס.

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:33 pm

עס האט נישט געארבעט? מאשקע, אדער ביסט נישט צופרידען מיט די ארבעט וואס עס האט געטוהן?

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:41 pm

ס'האט נישט געארבעט! פשוט און גראד! ער זאגט מיר אז ס'איז צובראכן, איך זאל צוריקקומען "נעקסטעס יאר".

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:47 pm

און דו האסט באצאלט!?!?...

נו אפשר קומסטו צו מיין צובראכענע קאר וואש אויך,?, נעקסטע'ס יאר וועט עס ארבעטען.

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:50 pm

בלימפ, גוט גוט,

מאשקע, וואלסט ווען געדארפט ארויסהענגן א צעטיל דא אין קרעטשמע אז יגר'ס קאר וואש איז צובראכן, און ביזדערווייל, אויף דאס יאר, זאל דער עולם גיין צו אן אנדערע'ס.

כ'מיין, כ'פארשטיי אז ער איז ראשעקאלל, אבער טרעטן אויף אונז מעמבער'ס, דאס שוין נישט.

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:56 pm

אבער למעשה גייט נאך אן דער "וחי אחיך עמך".

דינסטאג מרץ 20, 2007 3:58 pm

מאשקע, וחי אחיך אפשר, אבער עמך???...
שרייב א תגובה

Advertisement