בלאט 1 פון 1

תמונות תועבה ווערט ב"ה עלימינירט פון וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 8:02 am
דורך נאטורליך
היינט צופרי

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 8:48 am
דורך יאנאש
ברוך השם שלא השבית לנו גואל.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:03 am
דורך מאשקע
וואספארא תמונה איז דארט געווען? פונעם קינד אן די פיאות ר"ל?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:04 am
דורך יאנאש
וואס דען קען ווען אנגערופן ווערן תמונות תועבה.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:07 am
דורך צייטליך
יאפ, ליידער האבן זיך מאנכע מורא היתר געווען אין די ווואך פאר פורים, און צירוק געלייגט דעם בילד פונעם אינגעל אן די פיאות, מיטן אפענעם קנעפל ביים האלז ל"ע,
איך זעה, אז א וואך נאכן געבען די דיפאזיט פאר מיין בעקיטשע, האט זיך שוין די פירמע ערלויבט צו לייגן א גרויסן שילד, מ'קען נישט וויסן וויפיל יעדן דאללער מאכט אויס דערפאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:09 am
דורך מאשקע
שכוח נאטורליך פאר דעם בילד. האסט נישט קיין אהנונג ווי רואיג איך וועל שלאפן היינט, אז דאס מיאוס בילד איז שוין מער נישטא.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:27 am
דורך abimlaibt
דארט פלעגט זיין G&G ? אדער KARS FOR KIDS ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 11:06 am
דורך שוועמל
צייטליך;
גוט גוט, חחחחחחח

יאנאש;
שני אגודלים !

נאטורליך;
לעצם הענין האט נאך קיינער נישט אזוי מסדר געווען די וויליאמסבורגע 'תמונות תועבה ארגאניזאציע' ווי עס האט געטון יעצט עורה . א גוט שטיקל געוועזן דאס.