בלאט 1 פון 1

שטותים מיט פסח'דיגע לאקשען

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 7:29 pm
דורך ירא שמים
בס"ד

אזוי ווי אין דעם אשכול במחילת כבודכם שרייבט מען א גאנץ יאר שטותים מיט לאקשען
איז אויפגעקומען די שאלה וואס מען טוט פסח ווען חמץ איז אסור במשהו אין לאקשען איז דאך חמץ

האט מען באשטעלט לכבוד פסח א טראנספארט פין פסח'דיגע לאקשען (געמאכט מיט פאטעיטא סטארטש)
אין דאס וועט מען ניצען פסח
חאטשיג עס איז דא א קליינע חוה"מ דעם פסח איז ווער עס וועט אריינקומען זאל זיין געווארענט צי ניצען נאר די פסח'דיגע לאקשען
די אנדערע וועט מען פארקויפען אין חמץ פאר'ן גוי פינעם דארף
אויפען ערשטען טאג חוה"מ וועלען זיך אלע חברי הקרעטשמע צאמקומען אין עס וועט זיין א שיינע מעמד מען וועט טיילען חרעמזלעך מיט סעמאן פיש אין מצה
ביטע נישט פארפאסען
שוין זייטס מיר געזונט אין שטארק אין מונטער אין פריש אין איר זאלט האבען אסאך געלט צי קענען מאכען פסח בהרחבה אמן ,נאכאמאל אלע ציזאמען , אמן

Re: שטותים מיט פסח'דיגע לאקשען

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 10:37 pm
דורך איך_הער
ירא שמים האט געשריבן:בס"ד

אזוי ווי אין דעם אשכול במחילת כבודכם שרייבט מען א גאנץ יאר שטותים מיט לאקשען
איז אויפגעקומען די שאלה וואס מען טוט פסח ווען חמץ איז אסור במשהו אין לאקשען איז דאך חמץ

האט מען באשטעלט לכבוד פסח א טראנספארט פין פסח'דיגע לאקשען (געמאכט מיט פאטעיטא סטארטש)
אין דאס וועט מען ניצען פסח
חאטשיג עס איז דא א קליינע חוה"מ דעם פסח איז ווער עס וועט אריינקומען זאל זיין געווארענט צי ניצען נאר די פסח'דיגע לאקשען
די אנדערע וועט מען פארקויפען אין חמץ פאר'ן גוי פינעם דארף
אויפען ערשטען טאג חוה"מ וועלען זיך אלע חברי הקרעטשמע צאמקומען אין עס וועט זיין א שיינע מעמד מען וועט טיילען חרעמזלעך מיט סעמאן פיש אין מצה
ביטע נישט פארפאסען
שוין זייטס מיר געזונט אין שטארק אין מונטער אין פריש אין איר זאלט האבען אסאך געלט צי קענען מאכען פסח בהרחבה אמן ,נאכאמאל אלע ציזאמען , אמן


אין דעם אשכול אויב האט איינער געשריבן שטותים, איז דאך עס נאר דו, ווייל ביז ווען איך דרוק שלח, האט נאך קיינער דא נישט גארנישט געשריבן חוץ דו.

אבער ליצנות אין א זייט, און איך שטעל מיך צו, צו דיין לעצטע שורה, און איך בין מיך מצטרף צו די ברכה, סיי מיטן וואונטש און סיי מיטן ווערן באוואונטשט, אמן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 11:30 pm
דורך קרעמער
גם אני מצטרף.

אגב, פסח'יגע לאקשן פלעגט מען ביי אונז מאכן פון אייער, נישט פון סטארטש. און די טעם דערפון בלייבט אין די ביינער א לאנגע צייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:15 am
דורך סאכדעס
קרעמער, דאכצאך אז פסח'דיגע לאקשן בלייבט כמעט נישט אין די ביינער, אויב עפעס אין די געדערים.

די לאקשן וואס ירא שמים רעדט איז ענדערש אז ס'בלייבט אין די ביינער, מ'שטיינס געזאגט, ס'האט סטארטש.

אויב רעדט מען שוין יא פון א צוזאמענקום, ווער וועט אויפרוימען דעם דארף און די קרעטשמע אויף פסח?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:24 am
דורך abimlaibt
אין איך מיין אז מען מאכט עס פין ביידע אויסגעמישט,