Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ער שניידט!!!, און דער עולם שמייכלט

זונטאג נובמבר 20, 2011 3:03 pm

ער וואקט אריין אין זאל, מיט'ן גרעסטן מאס רואיגקייט,
פון דער רעכטן ווינקל, באמערקן אים מעכל אין בנימין,
מעכל גיט א פרעג, זאג מיר בנימין, דאס איז ער?
יא!
אזוי יונג, און שוין פארנעמט ער זיך מיט דעם? פרעגט מעכל,
נו! אויף דעם זאגט מען שוין אז מ'קען, קען מען.
שפאצירט ער אזוי וויטער אין זאל, אן דעם וואס איינער זאל וויסן וואס ער גייט אט אט אפטוהן,
אזוי גייענדיג האט מען אנגעהויבן באמערקן די שווארצע טאשקע וואס ער טראגט מיט מיט זיך, אלע אויגן האבן אנגעהויבן אים נאכצוקוקן, קיינער וויל דאס נישט פארפאסן, אזוי וואקט ער צו ביז'ן אויבן אן ווען דער גאנצער ציבור באגלייט אים מיט זייערע אויגן, ווען אינמיטן שטעלט זיך אפ זייער אטעם, ער ציט ארויס פון זיין טאשקע א שווארצן שאכטן, ער עפנט דאס אויף מיט א פלינקייט, און ציט ארויס פון דארט א מעסער, דער באטרעפנדער ליגט אויף די זייט, צוגעבינדן, און פעסט אנגעכאפט דורך די חברה, און ער שפאצירט צו צי אים מיט'ן מעסער אויסגעשטרעקט...

המשך קענט איר אליין מאכן,
און פארבירט אויספיגערן ווער דער "ער" איז

Advertisement

זונטאג נובמבר 20, 2011 3:06 pm

מזל טוב! מזל טוב!

כשם שנכנס ... כן יכנס...

זונטאג נובמבר 20, 2011 3:09 pm

ער שרייבט!!! און דער עולם שמייכלט.

זונטאג נובמבר 20, 2011 3:13 pm

א רחמנות אויפ׳ן פארבונדענעם, כ׳האף אן עלטערער איז אן סטענדביי, צו מאכן תיקונים...

דינסטאג מאי 20, 2014 1:26 pm

היינט צופרי מיטגעהאלטען אזא מעשה,אוי האט זיך אפגעטון קוויטשערייען דארט....

דינסטאג מאי 20, 2014 3:55 pm

שמו, איך בעט דיר, לאז אים נישט אזוי לאנג פארבינדען, ער קוויטשעט נעבעך אזוי, האב רחמנות.
געוואלדיגע שריפט זיי ממשיך.

מיטוואך מאי 21, 2014 12:58 pm

הייט מיטגעהאלטען מיט די אייגענע אויגען אזא צערמאניע ,אזעליכע טרערין זענען גערינען דארט...
שרייב א תגובה

Advertisement