Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ניין טעג

דינסטאג יולי 25, 2006 4:09 pm

אזויווי היינט נאכט פאנגט מען שוין אן צו ציילן די ניין טעג, וויל איך דערמאנען פארן עולם מען זאל געדענקן זיך צוצוגרייטן.

דער אייבישטער זאל העלפן אז ביים ענדיגן ציילן זאל מען שוין זיין אין ירושלים.

Advertisement

דינסטאג יולי 25, 2006 4:10 pm

יישר כח פאר דעם אשכול , איך זיך שוין אפאר טעג א פלאץ ווי איך קען דערמאנען אפיציעל יאנאש'ן ארויס צו גיין פון שויער , און איך האב נישט געוואוסט ווי צו שרייבן איצטערט האסטו מיר ארויס געהאלפן , דאנקע שעין .

יעצט טאקע יאנאש איך דערמאן דיך באצייטענס גיי ארויס פון שויער , אונז וועל מיר נישט צו לאזן דא אינעם קרעטשמע זאל מען ברבים טרעטן אויף די הלכות פון די ניין טעג .

דינסטאג יולי 25, 2006 4:32 pm

איך בין שוין אינדערויסן זענט היינט אינדערפרי.

דינסטאג יולי 25, 2006 4:49 pm

פיין זייער גוט , דו דערמאנסט מיך פון די וואס האבן ליעב אין א תענית זיך צו דרייען לעבן עסן .

פרייטאג יולי 28, 2006 10:15 am

וואס איז פשט פון ציילן ניין טעג? מ'ציילט עס דען?

פרייטאג יולי 28, 2006 11:19 am

יוי סיסרח'ט געפערליך דא, כ'מיין יאנאש אז כעל בעטן דעם דאיען זאל טרעפן פאר דיר א היתר צוריק אריינצוגיין אין שויער, דו ביסט דאך סייווי נישט געהעריג זיך מגייר געווען.

פרייטאג אוגוסט 01, 2008 12:01 pm

מען מעג עס שוין ארויף ברענגען?(איך האב עס נאר געוואלט ארויף ברענגען)

זונטאג אוגוסט 03, 2008 1:05 pm

יא, סישוין די ניין טעג, יהי רצון שהימים האלו יתהפכו לנו לששון ולשמחה

זונטאג אוגוסט 03, 2008 1:08 pm

שלעפער האט געשריבן:מען מעג עס שוין ארויף ברענגען?(איך האב עס נאר געוואלט ארויף ברענגען)

ארויף ברענגען אדער ארויף שלעפען

זונטאג אוגוסט 03, 2008 1:16 pm

פראביר, עסטו געוואר ווערן

זונטאג אוגוסט 03, 2008 1:16 pm

א תלמוד פון ר' יהושע בוקסבוים הי"ד גאלאנטער רב האט מיר געזאגט אז זיין רבי פלעגט זאגען

פון די ניין טעג זאלל ווערען יא טעג

זונטאג אוגוסט 03, 2008 1:17 pm

דאס איז בקיצור פון וואס איך האב דא פריערט געשריבן

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 3:44 am

פשוט, א פריינטליכע דערמאנונג, סינאך אימיטן די ניין טעג (סישויןיש געבליבן קייניין, אבער....)

פרייטאג אוגוסט 08, 2008 12:21 pm

מ'קען זיך היינט שויערן. פארשטייט זיך נאר דאס מינימום.

פרייטאג אוגוסט 08, 2008 12:31 pm

דאס מינימום נאך 6 טעג איז א גרויסע מאקסימום.

זונטאג אוגוסט 10, 2008 6:03 pm

שוין כמעט נאך די ניין טעג, און משיח איז נאכנישט דא :cry:

זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:30 pm

פון היינט און ווייטער רופט מען דאס די ניין און א האלב טעג, אמער, ביז עשרה באב אום חצות גייט מען נאך דעם אלטן העמד. אפשר נישט?

זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:37 pm

אלטז יונג יונגעל געדענק איך אז אלע מאמעס פלעגען שוין תשעה באב נאכמיטאג אנגעפאנגען מיט די לאנדרי און די קאנטרי.
איז דאס פשוט געווען א חסרון ידועה פון זייערט זייט?

זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:44 pm

אויב תשעה באב איז נדחה, מעג מען שוין וואשן וועש מוצאי. אבער סארטירן וועש אום תשעה באב איז נישט אויסגעהאלטן (נטעי גבריאל).

זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:55 pm

דאס איז לכאורה א חסרון ידיעה, ר' שמחה עס קען אבער זיין אז ווען איר זענט געווען א אינגל איז נאכנישט געווען אזויפיהל וואשמאשינען צו פארפיגען פארן גאנצן עולם אויף איינמאהל, האט מען אפשר מקיל געווען אנצוהייבן אביסל פריער כדי מען זאל נישט דארפן ווארטן ביז י"א אב.

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:24 pm

מ'זאגט נאך פון איינעם פון די צדיקים, אז ער האט אמאל געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געגעסן טעג, דאן וואלט ער אויפגעגעסן די ניין טעג, ודפח"ח
שרייב א תגובה

Advertisement