בלאט 1 פון 4
הערליכער שבת בצלא דמהימנותא פון קרעמער
פארעפענטליכט: שבת מרץ 10, 2007 8:54 pm
דורך דיזע ערצעלונג
דיזע שבת האבן אידן ביי אונז אין שטאט זוכה געווען צו האבן א גאסט, ר' קרעמער, וואס איז אראפגעקומען צו אונז מיט'ן גאנצן פראכט און טראכט, ממש אז ס'איז געווען א נחת צו קוקן.
עס זענען נישט געווען קיין שום צעטלעך, טאוולען, טויערן, פלאקאטן, פאמפלעטן, טראנספעראנטן, טראנסמיסיעס, לאזונגען, לעמפעלעך, קרוינען, קרוינונגס צערעמאניעס (ביי אנדערע רביס שרייבט מען אזוי נאר להגדיל הטראסק, אבער דא איז עס נישט סתם א מליצה) איינצומעלדן אז ער קומט. נישטאמאל דא אין דער קרעטשמע האט מען גערעדט דערפון, אבער שבת האט זיך ארומגעדרייט פון מויל צו אויער אז קרעמער איז דא בכל הדרו, און תיכף האבן זיך אנגעפאנגען אנצופילן טישן, בענק, פארענטשעס, גאלעריען, באלעמערס, שטענדערס, ספרים שאפעס א.א.וו. מיט מענטשן וועלכע האבן געוואלט כאפן א בליק אויף אים.
אין א תורה'דיגן שמועס האט קרעמער זיך אפגערעדט ברוב ענוותנותו אז ער ווייסט נישט וואס צו ענטפערן פאר זיין בני בית, וויאזוי ער קען אזויפיל מענטשן אין א ווילד פרעמדער שטאט.
קרעמער איז געקומען צו פארן צוליב א קידוש אבער צום סוף האט ער זיך באגעגנט מיט א מבול פון קדישים, אז ער האט געמיינט אז ער פלאצט. צו זיין קרעדיט דארף איך צוגעבן אז ער איז געבליבן אויסווארטן ביז ממש נאכ'ן לעצטן קדיש, נאך אנעים זמירות, ווען דער גאנצער מעריב-האלב פון בית המדרש איז שוין געווען ליידיג, חוץ פארשטייט זיך די קרעטשמע נאכפאלגער וואס זענען געבליבן ווארטן, צו קענען כאפן א בליק ווען דער רבי גייט ארויס פון שול. (ווען דער רבי איז געקומען אין שול האבן נאך רוב פון זיי געהאלטן ביי וישן ויחלום שלישית).
עס איז געווען מערקווירדיג צו זען מאשקע און
סושי (איר געדענקט אים נאך?) שטיין האנט-ביי-האנט, ווארטנדיג אז דער רבי זאל שוין קומען. סושי איז געווען אין אזא עקסטאז אז ער האט זיך גענומען צו רעדן אינמיטן קדיש (דעם ערשטן קדיש מיין איך). ווען מאשקע האט אים פארגעהאלטן האט ער געענטפערט: "דא מעג מען נאך רעדן. דאס איז נאר קדיש דרבנן..."
און אז כ'רעד שוין פון מאשקע קען איך דאך נישט ארויסלאזן די מעשה. מאשקע האט שוין לאנג צוריק צוזאמגעשטעלט אין זיין מח, וויאזוי דער מענטש אונטער'ן ניק קרעמער
דארף אויסצוקוקן און ווען ער האט געהערט אז קרעמער בכבודו ובעצמו איז דא האט ער זיך גענומען אים צו זוכן אין גאנצן שול, און ער האט געטראפן דעם קרעמער וועמען ער האט זיך געהאט אויסגעפיקטשערט אין זיין מיינד, א נידעריגער, גראבער, מיט רימלעס ברילן און א הויקער, און ער איז צוגעגאנגען צו אים און אים געגעבן א ברייטן שלום עליכם. די איבעריגע איז געשיכטע...
פארעפענטליכט: שבת מרץ 10, 2007 9:02 pm
דורך מעסטערמיינד
נאו וואנדער מיר האבן געשפירט א דערהויבנקייט שבת.
ליידער האבן מיר נישט אנגעיאגט אים צו זעהן.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 10, 2007 9:14 pm
דורך מאשקע
שוין, איך האב שוין א קאמפעטישאן דא. שוין דא ווער ס'זאל באשרייבן מיינע שיינע באגעגענישן אנשטאט מיר.
מיינע פינף צענט איבער דעם געהויבענעם שבת וועל איך אריינווארפן אי"ה אביסל שפעטער.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 10, 2007 9:35 pm
דורך דיזע ערצעלונג
מאשקע, דו האסט דאך מיך אינוויטירט צו דער קרעטשמע. אויב ווער איך א קאנקורענט פאר דיר דאן גיי איך אוועק.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 10, 2007 10:04 pm
דורך מאשקע
האלאו, האלאו. דו. בלייב נאר דא. איך האב דיך אינוויטירט און איך אינוויטיר דיך ווייטער צו בלייבן דא.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 12:36 am
דורך קרעמער
יא, דיזע האט רעכט, ער האט זייער שיין אראפגעגעבן מקצת מן המקצת פונעם דערהויבנקייט וואס איך האב געהאט דעם פארלאפענעם שבת קודש במחיצת רוב מנין ובנין פון די חברי הקרעטשמע, הגם איך האב נישט עספיהט זיך צו טרעפן פנים אל פנים מיט אלע פון אייך, איז אבער 7 אויך א שיינע צאל, א זאך וואס איך קען בשום אופן נישט באווייזן ביי מיר אין שטאט.
געפארן בין איך צוליב א שמחה ביים דאיען אין שטוב ב"ה (כ'האף מאשקע האט שוין געכאפט פון וועלכן דאיען איך רעד... אין קידוש זאחל האט ער ארומגעזוכט דעם ווירקליכן דיין פון שטעטל), און אזוי בדרך אגב האבן מיר זיך געטראפן מיט קאנוי, קאנוי, קאנוי, קאנוי (אים האב איך דאס מערסטע געזען..), דריי-מאל-גארנישט (ער האט מיר פארבעטן צו זיך אין שטוב פרייטאג צונאכטס, אויב ער געט מיר רשות, וועל איך דאס פונקטליך באשרייבן), איך_הער (המקרב את קרוביו), מאשקע/לע (כאן קודם ה.. וכאן לאחר), דיזע ערצעלונג (נאכן זען זיין הייליגע צורה האב איך שוין פארשטאנען פארוואס ער הילט זיך איין מיט א פאשל איבערן פנים דא אין קרעטשמע, בבחינת ויתן על פניו מסוה/מאסקע, דער עולם זאל נישט קענען זעהן כי קרן עור פניו [פון זיך ווייקן אזויפיל אין מקוה]), סושי און פארברענגן (מיטגלידער פון אלט-שטאט, וועלכע זענען שוין נישט אינ-טו-איט... בלשונם).
עס איז געווען א ריכטיגע שאד אז מיר האבן נישט געהאט די געלעגנהייט צו טרעפן דעם ארענדער, יאנאש, און נאך עטליכע וועלכע איך האב געגארט צו באגעגענען. ווייזט אויס אז גוטע זאכן קומען אן שווער.
די טעם פונעם שבת וועט זיכער פארבלייבן איינגעקריצט ביי מיר א לענגערע צייט - בזמן שהצדיק בעיר...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:21 am
דורך מאשקע
יעצט איז געקומען די רייע אויף מיר, אראפצולייגן אביסל דעם שבת קודש פון מיין קוק-ווינקל. (יא, לאכטס נישט. איך האב א ספעציעלן ווינקל פון וואו איך קוק... כסדר קוק איך פון דארט...)
געקומען אין ביהמ"ד אריין בין איך מיט די בגדי שבת, פשוט צוליב דעם חשוב'ן גאסט. מיט גרויס נייגער און עקסטאז האב איך מיך ארומגעדרייט פון מזרח צו דרום און פון צפון צו מערב, און געזוכט. וואס האב איך געזוכט? כ'האב אליינס נישט געוואוסט פונקטליך וואס. כ'מיין, כ'האב געוואוסט אז איך זוך איינעם מיט'ן נאמען קרעמער. אבער וואס, ווען וואו? ווייסעך דען וויאזוי ער קוקט? וואספארא צורה ער טראגט? וואספארא פיאות? בעקיטשע? טלית? קאליר און סטייל בארד? גארנישט. גארנישט האב איך נישט געוואוסט. און פונדעסטוועגן האב איך מיך אזוי ארומגעדרייט, מיט די האפענונג צו טרעפן עמיצן וואס קוקט אויס ווי א קרעמער, שאקלט זיך ווי א קרעמער, רעדט ווי א קרעמער, דאווענט ווי א קרעמער. בקיצור: א קרעמער.
נאכ'ן זעהן אז מיין ארבעט איז פרוכטלאז, האב איך מיך געוואנדן נאך הילף צו טריאו און קאנאו, וועלכע האבן וואלונטירט (שוין נאכ'ן מקוה) ארומצוקרייזן דאס ביהמ"ד און מיר אנצייגן ווער דאס איז דער קרעמער.
מ'גייט דורך נאך א באנק, נאך א באנק, נאך א באנק, מ'איז שוין באלד אדורכגעגאנגען דאס גאנצע ביהמ"ד. ענדליך געט מיך קאנאו א שטופ אריין ביי א געוויסן באנק, און זאגט מיר: פה תשב. זעץ דיך דא אראפ. רוק דיך אריין.
נאך בעפאר איך האב מיך אריענטירט, האט זיך א האנט אויסגעשטרעקט אין מיין ריכטונג, און א ברייטע שלום עליכם האט זיך ארויסגעגאסן דערפון.
אך... וואו נעמט מען די ווערטער אראפצולייגן די העכערקייט וואס כ'האב געשפירט אין יענע מאמענטן. אט דא זיץ איך נעבן דעם וועלט בארימטן רעפארטער פון קנ"א, און ער שמועסט מיט מיר אליין. בלויז מיט מיר. מיט קיינעם נישט אויסער מיר. (קאנאו האט געמוזט אוועקגיין פאר א מינוט... אבער נישט געזארגט, ער קומט שוין צוריק...)
נאכ'ן שמועסן א צוויי מינוט, האב איך מיך געכאפט אז איך האב מיך איגאנצן נאכנישט פארגעשטעלט פאר קרעמער'ן. האב איך באשלאסן מחי' צו זיין דעם רבי'ן, און אים מאכן א סורפרייז. "איך בין זארעכפעפער", זאג איך אים.
ער קוקט מיך אן אזוי פון אויבן ביז אראפ, און רופט זיך אן: "יא? געמיר א סימן".
איך האב פרובירט נאכצוזאגן שטיקער זארעכ וואס איך געדענק פון קרעטשמע, אבער נאך א קורצע צייט האט ער מיך געכאפט ביים פעלשונג, און איך האב געמוזט מודה זיין על האמת אז איך בין מאשקע.
דאן זענען מיר אריין אין א טיפן שמועס בדברים העומדים בתומו של גולם, וואו קרעמער האט ארויסגעוויזן זיינע קענטעניסן בכל מקצועות העולם.
במשך די פאר מינוט וואס איך בין געזיצן דארט, זענען פילע חברי הקרעטשמע זיך געקומען מזכיר זיין ביים רבי'ן, אבער דער רבי האט יעדן אוועקגעשיקט פון זיך, זאגנדיג בענוות קדשו: "אן קיין קוויטל ופדיון, בין איך סיי-ווי נישט קיין רבי"...
דאן איז די ערשטע העלפט פונעם באגעגעניש געקומען צו אן ענדע, כדי צו קענען גיין דאווענען מוסף.
ביים קידוש איז געווען די פארזעצונג פונעם באגעגעניש, וואו איך האב נעבעך געזוכט אויף די צעטלעך וואו דער דאיען מאכט א קידוש... יא, ס'איז אן אמת'ע מעשה... איך שעם מיך פאר מיר אליין... לאמיר פארדרייען דעם שמועס...
קרעמער, וואס זאגסטו צו דעם בא'טעמ'טן איד מיט די שווארצע בארד וואס האט דיר אנגעטראגן א דזשאב? ער איז גוט ער, נישט אזוי?
אונטער'ן איינפלוס פון די בראנפן ביי די קידושא רבא, איז דער שמועס געפארן אויף פיל בעסערע רעלסן, מיט'ן באטייליגונג פון טריאו, קאנאו און דיזער.
איין זאך קען איך ענק זאגן: קרעמער איז שטארק מקפיד אויפ'ן חייב אדם בכבוד חמיו.
ביי שלש סעודות האב איך שוין נישט געהאט די זכי' אים צו טרעפן. כ'בין געווען זיכער אז ווען די לעקטערס וועלן זיך פארלעשן וועט זיין פנים ארויסשיינען אפילו פונעם אנדערן עק ביהמ"ד, אבער ליידער האב איך גארנישט געקענט זען. אפשר האבן מיינע אויגן נישט געהאט די זכי'.
די גאנצע שטאט קוקט שוין ארויס אז קרעמער זאל נאכאמאל קומען אויף א שבת, מ'זאל קענען פארברענגען א ליכטיגן שבת בצל קודש.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:25 am
דורך דיזע ערצעלונג
מאשקע, חחחחחחח. גוט גוט גוט.
אבער פארוואס איגנארירסטו די מעשה מיט'ן פאלשן קרעמער?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:33 am
דורך קרעמער
זייער שיין באשריבן מאשקע, ביי אונז פלעגט מען זאגן: זאגסט גוט אבער ווייניג לעבן זאלסטו (א קאמע (,) ברויך אריינגעשטעלט ווערן צווישן ווייניג און לעבן).
1. כ'געדענק נישט אז איינער זאל מיר האבן אנגעטראגן א דזשאב, אויסער דיזע, און ער טראגט נישט קיין שווארצע בארד (אפשר אונטער די פאשל-בענדל), אדרבה, דערמאן מיר.
2. וואו זעהסטו מיין זהירות בכיבוד חמיו?
3. איך בעט דיר איבער אויב האסטו זיך אראפגעשלעפט צו שלש סעודות לכבודי, פארפאלן, די נאכמיטאג שלאף האט זיך עטוואס פארלענגערט, האט מען געמוזט משלים זיין די שיעורים שפעטער, האסט מיר געקענט זוכן אונטן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:35 am
דורך מאשקע
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מאשקע, חחחחחחח. גוט גוט גוט.
אבער פארוואס איגנארירסטו די מעשה מיט'ן פאלשן קרעמער?
אה, דאס ווילסטו אויך הערן? אקעי. דא גייסטו (העיר יו גאו).
אינמיטן אדורכשפאצירן דעם פאליש, מערק איך אין א הויכן יונגערמאן, מיט א רבי'שע בעקיטשע און טלית, לאנגע פיאות וואס שאקלען זיך שנעלער פונעם מענטש זעלבסט, און א הדרת פנים (ווען מ'קוקט אויפ'ן רוקן).
און אזוי ווי איך האב דאך געטראכט אויף יעדן איינעם אז דאס איז קרעמער, האב איך אויף אים אויך געטראכט אז דאס איז קרעמער.
איך האב שוין אפילו געוואלט צוגיין און געבן שלום עליכם, אבער טריאו האט מיך געגעבן א שלעפ אוועק און געזאגט: "האלאו, קענסט ווערן גוט מיט אים, אבער רעד נישט צו אים וועגן די קרעטשמע... ער וועט נישט האבן די מינדעסטע השגה פון וואס דו רעדסט...
ופני מאשקע חפו.
*
אגב, אינמיטן דאווענען, האט איינער אריבערשפאצירט הינטער מיר, און זיך הארציג אונטערגעזונגען דעם ניגון אויף די ווערטער
אלה חמדה לבי. איך האב מיך אויסגעדרייט, און געזען א יונגערמאן מיט סטראקעס, ווייסע זאקן און א רבי'שע טלית (וואס איך בין געוואויר געווארן דעם שבת פארוואס די רבי'שע קינדער גייען דערמיט, ווייל זיי ווייסן נישט וואו זייער קאפ איז...).
הקיצור, ווער מיינט איר איז דאס געווען?
נישט קרעמער!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:40 am
דורך מאשקע
קרעמער האט געשריבן:זייער שיין באשריבן מאשקע, ביי אונז פלעגט מען זאגן: זאגסט גוט אבער ווייניג לעבן זאלסטו (א קאמע (,) ברויך אריינגעשטעלט ווערן צווישן ווייניג און לעבן).
1. כ'געדענק נישט אז איינער זאל מיר האבן אנגעטראגן א דזשאב, אויסער דיזע, און ער טראגט נישט קיין שווארצע בארד (אפשר אונטער די פאשל-בענדל), אדרבה, דערמאן מיר.
2. וואו זעהסטו מיין זהירות בכיבוד חמיו?
3. איך בעט דיר איבער אויב האסטו זיך אראפגעשלעפט צו שלש סעודות לכבודי, פארפאלן, די נאכמיטאג שלאף האט זיך עטוואס פארלענגערט, האט מען געמוזט משלים זיין די שיעורים שפעטער, האסט מיר געקענט זוכן אונטן.
1. איך וועל דיר געבן א סימן. ער האט דיר געזאגט אז דיין קרוב מיט'ן זעלבן נאמען ווי דיר, ארבעט אויך אויף יענעם פלאץ.
2. ווען גייסט אהיים? כ'ווייס נישט, ווען מיין שווער גייט. וואו גייסטו זיצן? איך ווייס נישט, וואו מיין שווער וועט זיצן. ווילסט מיך אהיימבאגלייטן? ניין, איך דארף אהיימגיין מיט מיין שווער. ווען פארסטו אהיים? ווען מיין שווער וועט פארן. וכו' וכו' וכו'.
3. אההההה... דו ביזט נישט דארט געווען... אפשר וועגן דעם האב איך דיך נישט געזען...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:41 am
דורך קרעמער
סארי. כ'דערמאן זיך נאך אלץ נישט. אפשר האט דאס פאסירט מיטן אנדערן 'קרעמער', אדער האסטו מיר טאקע נישט געטראפן..
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:42 am
דורך מאשקע
יא טאקע, ווייל ס'איז דא בערך א זיבן-אכט קרעמערס. מסתמא האב איך מיך געטראפן מיט א צווייטן פון די קרעמערס.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:46 am
דורך קרעמער
אה, יעצט דערמאן איך זיך, און די סיבה פארוואס איך האב נישט פריער געדענקט, ווייל איך האב יענעם ניטאמאל אויסגעהערט..
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:47 am
דורך דיזע ערצעלונג
מאשקע, האט געשילדערט די מעשה מיט'ן פאלשן קרעמער טרוקענער ווי איך זעלבסט האב עס פארציילט. אבער יעדער קען וויסן אז איך בין אן איש אמת און מיין מעשה איז די אמת'ע.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 1:49 am
דורך מאשקע
נו, אדרבה, דערצייל.
אגב, ווען האסטו זעלבסט עס דערציילט?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 2:30 am
דורך 3x0
קרעמער האט געשריבן:דריי-מאל-גארנישט (ער האט מיר פארבעטן צו זיך אין שטוב פרייטאג צונאכטס, אויב ער געט מיר רשות, וועל איך דאס פונקטליך באשרייבן),
אויב די געדענקסט, האב איך דיר שוין דעמאלס געזאגט אז די קעסט אלעס באשרייבן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 2:41 am
דורך מאשקע
די מעשה איז, אז נאכ'ן טרינקען האט ער אלעס פארגעסן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 3:38 am
דורך דיזע ערצעלונג
מאשקע האט געשריבן:נו, אדרבה, דערצייל.
אגב, ווען האסטו זעלבסט עס דערציילט?
מאשקע, אין מיין ערשטער הודעה אין דעם געהענגעל רעד איך דערפון.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 10:41 am
דורך abimlaibt
איך האלט דאס ממש נישט אויס, קרעמער, ביסט געווען דאהי? אין ווי בין איך געוועזן? אוי וויי איז צי מיר, כאב אויך געוואחט האבן די זכי' צו זעהן אן ערליכן יוד, וואס עמער יעצט זאגען די קינדער?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 11:06 am
דורך יאנאש
קרעמער האט געשריבן:עס איז געווען א ריכטיגע שאד אז מיר האבן נישט געהאט די געלעגנהייט צו טרעפן דעם ארענדער, יאנאש, און נאך עטליכע וועלכע איך האב געגארט צו באגעגענען. ווייזט אויס אז גוטע זאכן קומען אן שווער.
סאכדעס האט ער ניטאמאל געוואלט טרעפן, סארא קהילה, דער רבי מיטן דייען ווילן זיך נישט טרעפן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 11:08 am
דורך מאשקע
דעם דאיען האט ער דאך שיער געטראפן אין קידוש שטיבל...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 11:24 am
דורך קרעמער
abimlaibt האט געשריבן:איך האלט דאס ממש נישט אויס, קרעמער, ביסט געווען דאהי? אין ווי בין איך געוועזן? אוי וויי איז צי מיר, כאב אויך געוואחט האבן די זכי' צו זעהן אן ערליכן יוד, וואס עמער יעצט זאגען די קינדער?
לויט ווי איך האב געהערט, ביסטו געווען ביי אלי'ס קידוש.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 11:25 am
דורך קרעמער
יאנאש האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:עס איז געווען א ריכטיגע שאד אז מיר האבן נישט געהאט די געלעגנהייט צו טרעפן דעם ארענדער, יאנאש, און נאך עטליכע וועלכע איך האב געגארט צו באגעגענען. ווייזט אויס אז גוטע זאכן קומען אן שווער.
סאכדעס האט ער ניטאמאל געוואלט טרעפן, סארא קהילה, דער רבי מיטן דייען ווילן זיך נישט טרעפן.
דו חכם עתיק קוימען קערער, דער גאנצער ציהל פון די נסיעה איז דאך געווען צוליב דעם שמחה בבית הדאיען שליט"א!
ווען איינער פארט כ"א אדר אויף פוילן, דארף ער ארויסשרייבן אז ער האט זיך משתטח געווען אויפן ציון פון הרה"ק רר"א זי"ע?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 11:43 am
דורך קרעמער
3x0 האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:דריי-מאל-גארנישט (ער האט מיר פארבעטן צו זיך אין שטוב פרייטאג צונאכטס, אויב ער געט מיר רשות, וועל איך דאס פונקטליך באשרייבן),
אויב די געדענקסט, האב איך דיר שוין דעמאלס געזאגט אז די קעסט אלעס באשרייבן.
אבער דאן האסטו נאכנישט געוואוסט וואס נאך איך וועל אלץ באמערקן... דערפאר האב איך איבערגעפרעגט.
נו, אז ער געט רשות, איז אזוי: עס איז געוועזן פרייטאג צונאכטס קרוב לחצות הלילה, ווען דריי-מאל-גארנישט מיט איך_הער האבן שפאצירט געמיטליך אויף די גאסן פון ____ ____ פלוצלינג האבן זיי באמערקט פונדערווייטנס א איד שפרייזן, כדרכם פון אידישע קינדער האבן זיי זיך צוערשט פאראינטערסירט אויב דער יעניגער האט וואו איינצושטיין, נאכדעם וואס זיי האבן געהערט אז יא, ב"ה ער האט א פיינע אכסניא, האבן זיי זיך אנגעטראגן זייערע דירות, דער צום שלאפן דער צו א באטע (פירות טיש/טרונק סעודה). פארשטייט זיך אז עס איז שווער אפצוזאגן אזעלכע חשוב'ע ידידים, האבן מיר שפאצירט ביז ביתו נאוה של דריי-נול. איך_הער האט זיך דאן פונאנדערגעשיידט מיטן תירוץ אז ער וויל נאך מאכן כאטשיג א "דרייער" מארגן אינדערפרי... און אני הקטן מיטן בעל אכסניא זענען אריין אינעם פאדערצימער.
3X0 האט מיר געבעטן ווארטן א סעקונדע, ער איז אריין פון פאראויס זיכער מאכן אז די בני בית איז איינגעהילט אין א טיפע שלאף, שפעטער האב איך אים איבערגעפרעגט וואס זענען געווען די גערעדעכצער וואס איך האב געהערט ארויסקומען פונעם אנדערן טייל דירה, האט ער מיר ערקלערט אז ער האט אויפגעוועקט די בני בית און איבערגעפרעגט אויב זיי שלאפן שוין.
ער האט מיר אריינגעלאזט צו זיך אין קאך, וואו ער האט צו זיין גרויס אנטוישונג באמערקט אז די CORONA LIGHT ליגט ליידער נישט אין פריזער, ניטאמאל אין פרידזשידער (דאס באלאנגט אין 'דורכפאל' אשכול), טראצדעם וואס ביים פארבעטן אריינצוקומען האט ער קלאר געזאגט אז מיר וועלן זיך באנעצן די לעפצן מיט פיינע קאלטע ביר. אבער א איד געט זיך אן עצה, אויב עס איז נישטא קיין קאלטע ביר, זאל כאטש זיין ווארימע... אבי ביר.
מען האט אריינגעפירט דעם גאסט אין דיינונג רום, וואו מיר האבן געקענט זען אז די הכנות צום יו"ט פסח זענען אין פולן שוואונג, כמעט וואס דער קערה איז שוין ארויסגעשטעלט געווארן פונעם זילבער שאנק (מצות איז שוין געווען..), דארט האט דער בעל הבית אויפגעמאכט די צוויי פלעשער ביר, ביידע זענען אריינגעגאסן געווארן אין גרויסע גלעזער, הגם פאר זיך האט ער גענומען עטוואס א גרעסערן כוס, אין וואס דאס גאנצע פלעשל איז מיט איינמאל אריינגעגאנגען, ווייסט ער דאך אז איך בין נישט אזא גרויסע טרינקער, און האט מיר געגעבן א קלענערן גלאז, אבער דאס פלאש איז ב"ה אויסגעגאנגען על קידוש ...
שפעטער איז נולד געווען א שמועס איבער פארשידענע וויכטיגע ענינים, צב"ש וויאזוי מען עפענט א טשאקלאד וועיפער אין שבת אנדעם וואס די ווערטער זאלן זיך איבעררייסן (ער האט מיר געוויזן זיין ספעציעלע פאטענט, וואס האט טאקע געעפענט דעם פאפירל אן קיין אינצידענטן [און בסוד סודות האט ער מיר פארטרויעט אז עס איז דא א גרינגערע וועג: מען קוקט אוועק בשעת'ן עפענען]), און אזעלכע ענליך-וויכטיגע טעמעס... ביז מיר האבן געמאכט א בורא נפשות און ער האט מיר אהיימבאגלייט.
דאס באזוך וועט געדענקט ווערן א לענגערע צייט - פאר אפוינטמענטס ביטע רופט.