בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 9:18 am
דורך מאשקע
טריאו;
כאדאך געוואוסט אז עפעס אביסל שקר איז פארמישט דערין, כדי דער אמת זאל האבן א קיום...
(דעם תגובה זאלסטו נישט ווייזן אין שטוב, לטובתך...)

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 10:47 am
דורך איך_הער
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:(כאטש כ'בין דיר נאך שולדיג פון יענעם פארראט מיט מיין יאהו מעסענדזשער מעשה...)


דו האסט אויך געהאט א מעשה מיט יאהו מעסענדזשער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 10:48 am
דורך מאשקע
וואס איז, איכער? דו האט א קאפירייט אויף יאהו מעסענדזשער מעשיות?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 10:52 am
דורך צייטליך
איך_הער האט געשריבן:
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:(כאטש כ'בין דיר נאך שולדיג פון יענעם פארראט מיט מיין יאהו מעסענדזשער מעשה...)


דו האסט אויך געהאט א מעשה מיט יאהו מעסענדזשער?


וואסערע מעשה האסטו געהאט ? אדרבא, מיר ווילן עס הערן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 10:56 am
דורך איך_הער
דא קענסטו עס ליינען, הערן וועסטו מוזן ווארטן אויפן נעקסטן קאנפרענץ קאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 10:56 am
דורך מאשקע
איכער'ס מעשה ערשיינט אין דעם אשכול.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 10:58 am
דורך צייטליך
שכויעך, כ'דערמאן זיך שוין,

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 11:04 am
דורך איך_הער
איר האלט אז ס'גייען זיין אזעלכע מיט שוואכע נאטורן, און זיי וועלן נישט גלייבן אז די ביידע לינקס זענען איינס און די זעלבע, און זיי וועלן זיך וועלן דאס אליין איבער צייגן?

איך_הער האט געשריבן:דא קענסטו עס ליינען, הערן וועסטו מוזן ווארטן אויפן נעקסטן קאנפרענץ קאל.


מאשקע האט געשריבן:איכער'ס מעשה ערשיינט אין דעם אשכול.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 11:05 am
דורך מאשקע
זיכער אז יא.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 11:08 am
דורך דיזע ערצעלונג
צייטליך, דו קענסט אים זייער גוט. ער איז דארט יעדע וואך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 11:10 am
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:וואס איז, איכער? דו האט א קאפירייט אויף יאהו מעסענדזשער מעשיות?


איך האב הערשט יעצט באמערקט דיין דאזיגע תגובה, איך וואלט ווען נישט געענטפערט, איך האב אבער מורא פאר א וועט.

איך האב נישט קיין קאפירייט, ס'איז נאר אינטערעסאנט מיט צו האלטן אז איך בין נישט דער איינציגסטער ...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 11:16 am
דורך צייטליך
דיזע, פון וואנעט זאלעך וויסן וויאזוי ער הייסט ?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 1:33 pm
דורך דיזע ערצעלונג
צייטליך:

1. סוירטש עס אויף גוגל
2. פרעג באטראחט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 1:41 pm
דורך יאנאש
דיזעל;

יו לאך איך, אבער אזאנע שמועסן דארף מען פירן אין אישית פליז.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 2:08 pm
דורך סאכדעס
יא גערעכט, יאנאש איז גערעכט, נישט רעדן אזוינע זאכן אין פובליק.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 9:23 pm
דורך שוועמל
אריבער אויף דעם אשכול מבלעטל לבלעטל, אההההההה מעין גן העדן אהההההה

שוין לאנג נישט אזוי געווען בדיחא דעתי ווי היצטער .......... אההההההההההההה

סופער ארבייט אראפגעלייגט, מאשקע מיט דיזע מיט קרעמער און די איבריגע

אההההההה עולם הבא תענוג רוחני גן עדן אההההההההההה

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 11:34 pm
דורך קרעמער
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:(קרעמער, קענסט דאך דעם משוגענעם סושי. ער וואלט מיר ארויסגעגעבן איינעמ'ס נאמען, ווייל ער גלייכט דאך אזוי דאס צו טאן. אבער די וויכטיגסטע זאך פאר אים איז צו "שרויפן" וועמען ער קען, און אין דעם פאל האט ער דאס בלויז געקענט עררייכן דורכ'ן נישט ארויסגעבן אן אמת'ן נאמען.)



נאך א מזל אז ער ליינט שוין נישט די קרעטשמע... ער וואלט אונז ביידע צושרויפט צוליב די דאזיגע תגובה, דיר פארן שרייבן און מיר פארן ליינען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 11:39 pm
דורך קרעמער
3x0 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דריי-מאל-גארנישט (ער האט מיר פארבעטן צו זיך אין שטוב פרייטאג צונאכטס, אויב ער געט מיר רשות, וועל איך דאס פונקטליך באשרייבן),

אויב די געדענקסט, האב איך דיר שוין דעמאלס געזאגט אז די קעסט אלעס באשרייבן.

ער האט מיר אריינגעלאזט צו זיך אין קאך, וואו ער האט צו זיין גרויס אנטוישונג באמערקט אז די CORONA LIGHT...

מאשקע האט געשריבן:גוט גוט. יעצט העמיר ווארטן אז טריאו זאל קומען באשטעטיגן וויפיל פראצענט דערפון ס'איז אמת.

3x0 האט געשריבן:מאשקע,

וויסן זאלסטו, אז נאך סאך מער פון דעם איז אמת.

נעכטן נאכט, ווען איך האב פארגעליינט די באריכט פון די צוזאמקום ביי מיר אין שטוב פאר מיין בני בית, האט זו מיר אויפמערקזאם געמאכט אויף א טעות וואס קרעמער האט געמאכט, די ביר איז געווען corona extra, און נישט corona light.


גערעכט. כ'האב זיך שוין שפעטער אליין געכאפט דערויף.

אבער יעצט וועסטו ליידן צוליב די ספעלינג מיסטעיק פון "זו" אנשטאט "זי": האסט מיר דערמאנט א מליצה'לע וואס איך האב אמאל געהערט/געקלערט (כ'געדענק שוין נישט): מעולם לא קראתי לאשתי אשתי ולשורי שורי, אלא לאשתי שורי (ואידך פירושא)

הכלל, זי מיט זו זענען זיך מתחלף.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 12:17 am
דורך מאשקע
א געלעכטער אינדערמיט...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 12:21 am
דורך דיזע ערצעלונג
קרעמער האט געשריבן:
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:(קרעמער, קענסט דאך דעם משוגענעם סושי. ער וואלט מיר ארויסגעגעבן איינעמ'ס נאמען, ווייל ער גלייכט דאך אזוי דאס צו טאן. אבער די וויכטיגסטע זאך פאר אים איז צו "שרויפן" וועמען ער קען, און אין דעם פאל האט ער דאס בלויז געקענט עררייכן דורכ'ן נישט ארויסגעבן אן אמת'ן נאמען.)



נאך א מזל אז ער ליינט שוין נישט די קרעטשמע... ער וואלט אונז ביידע צושרויפט צוליב די דאזיגע תגובה, דיר פארן שרייבן און מיר פארן ליינען.


קרעמער, חחחחחח, קענסט זיכער זיין אז דער אנדערער פאררעטער וועט זיכער מאכן אז ס'קומט אן צו אים.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 12:31 am
דורך דיזע ערצעלונג
שוועמל, יו אר וועלקאם.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 2:21 pm
דורך זארעכפעפער
מאשקע האט געשריבן:נאכ'ן שמועסן א צוויי מינוט, האב איך מיך געכאפט אז איך האב מיך איגאנצן נאכנישט פארגעשטעלט פאר קרעמער'ן. האב איך באשלאסן מחי' צו זיין דעם רבי'ן, און אים מאכן א סורפרייז. "איך בין זארעכפעפער", זאג איך אים.
ער קוקט מיך אן אזוי פון אויבן ביז אראפ, און רופט זיך אן: "יא? געמיר א סימן".
איך האב פרובירט נאכצוזאגן שטיקער זארעכ וואס איך געדענק פון קרעטשמע, אבער נאך א קורצע צייט האט ער מיך געכאפט ביים פעלשונג, און איך האב געמוזט מודה זיין על האמת אז איך בין מאשקע.


דוי קומט "צייטליכ'ס" חתימה...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 12:17 am
דורך cano
זארעך עס איז פיל טיפער וואו די טראכסט, ווייל איך האב געטראפען מאשקע'ן אין שיהל און ער האט מיך געפרעגט וואו איז קרעמער, האב איך אים געזאגט וואק מיך נאך, און פאר איך האב דערגרייכט קרעמער'ס זיץ פלאץ האב איך געוויזען מיט מיין מויל פאר קרעמער, דער אינטער מיר איז מאשקע, און אויף דעים האט ער מיר צוריק געוואונקען ברענג הים אן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 7:47 am
דורך מיסטעריעז
שוועמל האט געשריבן:אריבער אויף דעם אשכול מבלעטל לבלעטל, אההההההה מעין גן העדן אהההההה


אההההההה עולם הבא תענוג רוחני גן עדן אההההההההההה

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 11:38 am
דורך צייטליך
געליינט די דריי בלעטער. דאס בינטעלע זכרונות טראגט מיר צוריק 8 יאר צוריק. איי איי איי.. (בד"וו, כ'האב זיך שוין באקענט מיט סושי זינט דאן.. נישט געזארגט)