בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 11:54 am
דורך מאשקע
גוט גוט. יעצט העמיר ווארטן אז טריאו זאל קומען באשטעטיגן וויפיל פראצענט דערפון ס'איז אמת.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 11:58 am
דורך 3x0
מאשקע,

וויסן זאלסטו, אז נאך סאך מער פון דעם איז אמת.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 12:04 pm
דורך מאשקע
נו, אדרבה. דערצייל.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 12:14 pm
דורך abimlaibt
קרעמער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:איך האלט דאס ממש נישט אויס, קרעמער, ביסט געווען דאהי? אין ווי בין איך געוועזן? אוי וויי איז צי מיר, כאב אויך געוואחט האבן די זכי' צו זעהן אן ערליכן יוד, וואס עמער יעצט זאגען די קינדער?


לויט ווי איך האב געהערט, ביסטו געווען ביי אלי'ס קידוש.

אמת אמת קען נישט זיין מער אמת ווי דאס,אבער איין זאך ער האט געבערנגט די קידוש צו נונז, ממילא בינעך אויטאמאטיש דארט געווען אבער העט עך ווען געוואוסט אז ווען גיי איך ווען אראפ טרעפ איך ווען קרעמער ירום הודו, וואלט איך אוודאי געדאווענט הונטען בצילך נאה, אוי חבל על הזמן הזמן יכלו והם לא יכלו, קרעמער אווי ביסטו?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 12:44 pm
דורך צייטליך
טריאו און דיזע, מיר האט מען גארנישט געזאגט ?
ווען איך ווייס ווען, קום די וואך אויך,
א שאד א שאד, חבל על דאבדין ולא משתכחין, עניוועי, ס'איז נאר צום האפן אז דער דאיען פון דא אין שטאט זאל מאכן א קידוש, אפשר דאן וועלמיר אים טרעפן..

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 2:50 pm
דורך יאנאש
קרעמער; א בורא נפשות אויפן וועיפער???

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 3:49 pm
דורך קרעמער
יא! עס האט זיכער נישט געהאט קיין שיעור פאר על המחיה.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 3:55 pm
דורך מאשקע
כ'האב שוין לאנג חושד געווען אז טריאו איז א קארגער. ווען איך בין געווען ביי אים האט ער מיר נישט געוואלט ברענגען קיין קאווע, און יעצט די מעשה מיט'ן האלבן וועיפער.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:13 pm
דורך יאנאש
ווען איך האב געברויכט די טובה פון אים האט ער געגעבן מיטן גאנצן האנט, סאו איך ווייס נישט פארוואס דו רעדסט אויף עימען.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:17 pm
דורך מאשקע
קאווע נישט, און 'עפעס אנדערש' יא... איך ווייס טאקע נישט פארוואס...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:18 pm
דורך צייטליך
מאשקע האט טאקע געשריבן אז ער האט א 'חשד', נישט מער,

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:19 pm
דורך איך_הער
abimlaibt האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:איך האלט דאס ממש נישט אויס, קרעמער, ביסט געווען דאהי? אין ווי בין איך געוועזן? אוי וויי איז צי מיר, כאב אויך געוואחט האבן די זכי' צו זעהן אן ערליכן יוד, וואס עמער יעצט זאגען די קינדער?


לויט ווי איך האב געהערט, ביסטו געווען ביי אלי'ס קידוש.

אמת אמת קען נישט זיין מער אמת ווי דאס,אבער איין זאך ער האט געבערנגט די קידוש צו נונז, ממילא בינעך אויטאמאטיש דארט געווען אבער העט עך ווען געוואוסט אז ווען גיי איך ווען אראפ טרעפ איך ווען קרעמער ירום הודו, וואלט איך אוודאי געדאווענט הונטען בצילך נאה, אוי חבל על הזמן הזמן יכלו והם לא יכלו, קרעמער אווי ביסטו?


לכאורה אין וומ"ס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:21 pm
דורך מאשקע
אזא לאנגע ציטוט פאר אזא קורצע תגובה?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:22 pm
דורך צייטליך
איך_הער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:איך האלט דאס ממש נישט אויס, קרעמער, ביסט געווען דאהי? אין ווי בין איך געוועזן? אוי וויי איז צי מיר, כאב אויך געוואחט האבן די זכי' צו זעהן אן ערליכן יוד, וואס עמער יעצט זאגען די קינדער?


לויט ווי איך האב געהערט, ביסטו געווען ביי אלי'ס קידוש.

אמת אמת קען נישט זיין מער אמת ווי דאס,אבער איין זאך ער האט געבערנגט די קידוש צו נונז, ממילא בינעך אויטאמאטיש דארט געווען אבער העט עך ווען געוואוסט אז ווען גיי איך ווען אראפ טרעפ איך ווען קרעמער ירום הודו, וואלט איך אוודאי געדאווענט הונטען בצילך נאה, אוי חבל על הזמן הזמן יכלו והם לא יכלו, קרעמער אווי ביסטו?


לכאורה אין וומ"ס.



ווענט זיך אויב זיין שוווער איז שוין צוריק געפארן..

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:42 pm
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:אזא לאנגע ציטוט פאר אזא קורצע תגובה?


פראביר עס צו מצטט זיין, און מעקן אלעס און איבער לאזן נאר וואס דו ווילסט, וועסטו אפשר פארשטיין, פארוואס איך האב עס אזוי געמאכט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 4:43 pm
דורך איך_הער
צייטליך האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:איך האלט דאס ממש נישט אויס, קרעמער, ביסט געווען דאהי? אין ווי בין איך געוועזן? אוי וויי איז צי מיר, כאב אויך געוואחט האבן די זכי' צו זעהן אן ערליכן יוד, וואס עמער יעצט זאגען די קינדער?


לויט ווי איך האב געהערט, ביסטו געווען ביי אלי'ס קידוש.

אמת אמת קען נישט זיין מער אמת ווי דאס,אבער איין זאך ער האט געבערנגט די קידוש צו נונז, ממילא בינעך אויטאמאטיש דארט געווען אבער העט עך ווען געוואוסט אז ווען גיי איך ווען אראפ טרעפ איך ווען קרעמער ירום הודו, וואלט איך אוודאי געדאווענט הונטען בצילך נאה, אוי חבל על הזמן הזמן יכלו והם לא יכלו, קרעמער אווי ביסטו?


לכאורה אין וומ"ס.



ווענט זיך אויב זיין שוווער איז שוין צוריק געפארן..


נו, פארדעם האב איך געשריבן, לכאורה.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 7:38 pm
דורך abimlaibt
פין די לאנגע לייטערס האב איך גארניקס, דער עיקר האמיר פארפאסט, פינטל.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 7:40 pm
דורך cano
יאנאש האט געשריבן:ווען איך האב געברויכט די טובה פון אים האט ער געגעבן מיטן גאנצן האנט, סאו איך ווייס נישט פארוואס דו רעדסט אויף עימען.
יאנאש: דאס גיב איך דיר אויך וויפיל די דארפסט, איך מיין משטיינס געזאגט וואס די דיזערווסט דיזערווסטי.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 7:46 pm
דורך abimlaibt
סתם אזוי הנאה צו האבן קען איך אים אויך געבן נאר נישט נאכאמאל פאר 'די' צוועק, וואס פעלט אויס מערערע מאל ס'זעלבע זאך, כ'מיין...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 9:01 pm
דורך מאשקע
קאנאו... יוי האסטו מיך געמאכט לאכן...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2007 10:06 pm
דורך איך_הער
רבותי, שטעלטס ענק אפ דא, ווייל אז נישט איז נישט דא ווער ס'זאל נעמען אחריות ווי דאס וועט זיך אפשטעלן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 12:48 am
דורך דיזע ערצעלונג
צייטליך האט געשריבן:טריאו און דיזע, מיר האט מען גארנישט געזאגט ?
ווען איך ווייס ווען, קום די וואך אויך,
א שאד א שאד, חבל על דאבדין ולא משתכחין, עניוועי, ס'איז נאר צום האפן אז דער דאיען פון דא אין שטאט זאל מאכן א קידוש, אפשר דאן וועלמיר אים טרעפן..


צייטליך, די וואך שבת האט מען גערעדט פון דיר אינעם באדע צימער, אקעי נישט עכט פון דיר, אבער יא פון דיין ניק. את חטאי אני מזכיר היום, כ'האב דיך שיער געוואלט פארראטן. זיץ איך נעבן סושי טאקע דארט אינעם באדע צימער, און מיר האבן נישט פון וואס צו רעדן, וואס טוט א איד אין אן עת צרה? מען פאנגט אן צו רעדן פון דער קרעטשמע. איך פרעג אים "וועם קענסטו אלץ אין דער קרעטשמע?" ער פרעגט מיך צוריק "וועם קענסטו?" בקיצור איך זאג אים - בלויז ווייל איך האב נישט געהאט עפעס אנדערש צו רעדן - "געב מיר ארויס אלע נעמען וועמען דו קענסט און איך וועל דיך ארויסגעבן אלע נעמען וועם איך קען." ער נעמט זיך לאכן פון מיר און זאגט מיר: דו חכם פון מאמע שטאנו, נישטא אזא זאך אז דו זאלסט קענען איינעם און איך נישט.

(ביים ליינען די שורות האט קרעמער זיך אנגערופן "ouch", וד"ל...)

זאג איך אים "אזוי גאר?" און איך פאנג אן אויסצורעכענען אלע פיר ניקס וועמענ'ס נעמען איך קען (ביז ביינאכט האב איך שוין געקענט נאך זעקס, צוליב דער פאפולאריטעט פון קרעמער, אבער דאס איז אן עקסטערע פרשה פאר זיך). איך קום אן צו "צייטליך" און ער שפרינגט אויף, "אים קען איך נישט!"

"וואס האב איך דיר געזאגט?" רייץ איך זיך מיט אים.

בקיצור, כ'האב זיך געשפירט "געווינקלט". כ'האב דאך געמאכט א דיעל מיט אים אז אויב זאגט ער מיר וועמען ער קען זאגט איך אים וועמען איך קען. וואס טו איך דא? כ'האב דאך נישט געוואלט פארראטן מיין צייטליך (כאטש כ'בין דיר נאך שולדיג פון יענעם פארראט מיט מיין יאהו מעסענדזשער מעשה...) זאג איך אים, "ווייסטו וואס? פאנג דו אן."

ער טראכט א סעקונדע און זאגט מיר "קענסט טאגליכט? ער איז א דארער, הויכער, בלאנדער, מיט א געשעיווטן בארד. ער איז __'ס זון."

צייטליך, כ'זאג דיר, האסט געהאט סייעתא דשמיא. ער וואלט פונקט אזוי געקענט אויספליקן דעם ניק שמעק טאביק, און איך וואלט אים געגלייבט און כ'וואלט געמוזט איינהאלטן מיין פלארט פונעם דיעל. אבער ער האט זיך געמוזט ארויפכאפן פונקט אויפ'ן טראוועל אגענט, און ווער האט שוין אמאל געזען א טראוועל אגענט וואס זאל אויסקוקן ווי די דאזיגע דעסקריפלציע וואס ער האט מיר געגעבן?

(קרעמער, קענסט דאך דעם משוגענעם סושי. ער וואלט מיר ארויסגעגעבן איינעמ'ס נאמען, ווייל ער גלייכט דאך אזוי דאס צו טאן. אבער די וויכטיגסטע זאך פאר אים איז צו "שרויפן" וועמען ער קען, און אין דעם פאל האט ער דאס בלויז געקענט עררייכן דורכ'ן נישט ארויסגעבן אן אמת'ן נאמען.)

אלזא, צייטליך, קענסט פאררופן א סעודת הודאה. דיין סוד איז געבליבן א סוד.

אקעי אקעי אקעי, שריי נישט, בארואיג זיך. גלייב מיר אז כ'האב נישט געפלאנט ארויסצוגעבן דיין נאמען, אפילו ווען כ'וואלט אים יא געגלייבט מיט זיין טאגליכט מעשה. כ'וואלט איך אים העכסטנס געענטפערט אז צייטליך איז א גראבער, נידעריגער, רויטער, מיט א לאנג ציגן-בערדל, און שפרענקלעך אויפ'ן פנים, א זון פון ___. דעם אמת וואלט איך אים נישט געזאגט...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 1:25 am
דורך דיזע ערצעלונג
קרעמער האט געשריבן:כ'געדענק נישט אז איינער זאל מיר האבן אנגעטראגן א דזשאב, אויסער דיזע, און ער טראגט נישט קיין שווארצע בארד (אפשר אונטער די פאשל-בענדל), אדרבה, דערמאן מיר.


קרעמער האט געשריבן:אה, יעצט דערמאן איך זיך, און די סיבה פארוואס איך האב נישט פריער געדענקט, ווייל איך האב יענעם ניטאמאל אויסגעהערט..


קרעמער, נו וואס האב איך דיר געזאגט שבת? קוק וואס ס'געשעט ווען מען רעדט פון מוקצה זאכן שבת. עס ווערט גארנישט דערפון.

כ'האב נישט פארציילט פאר'ן עולם א שמועס וואס כ'האב געהאט מיט קרעמער'ן שבת. אלזא לאמיך עס דא דערציילן. ס'איז געגאנגען ווי פאלגנד:

איך: קרעמער, כ'האב א גוטע איידיע פאר דער קרעטשמע. כ'דארף עס מיט דיר איבעררעדן.
קרעמער: נו, נישט שבת גערעדט.
איך: ספיקינג אף "נישט שבת גערעדט", איך האב זיך איינגעפירט א מנהג אז ווען איך קום געלט פאר איינעם גיי איך אים דערמאנען שבת אז כ'קום אים געלט, ווייל ס'איז דאך א כלל אז ווען מען רעדט שבת פון געלט ווערט גארנישט דערפון... מיינסט אוודאי אז ס'העלפט? א נעכטיגן טאג, אזויפיל טוט עס אויף אז ווען ס'איז קוים 15 מינוט נאכ'ן זמן קאלט מיר שוין יענער אן און זאגט מיר, "העי דו? וואס איז מיט'ן געלט פון וועלכן דו האסט גערעדט צו מיר היינט? כ'קען עס קומען אויפפיקן?" ... אבער מאדנע ביז גאר איז אז פארקערט ארבעט עס יא זייער גוט, ווען איינער קומט מיר געלט און כ'דערמאן אים שבת דערפון, דאן הער איך מער נישט פון אים פאר די קומענדיגע צוויי יאר...

איר מיינט אוודאי אז קרעמער האט מיר געגעבן א מונדליכן "חחחחחחח" פאר מיין וויץ? א נעכטיגן טאג! הערט און שטוינט וואס ער האט מיר געענטפערט:

קרעמער (מיט א שפאטישן שמייכל): חכם איינער, דאס ענין איז זייער פשוט. ווען דו דערמאנסט אים אז דו קומסט אים געלט איז עס א מצוה פון פריעת חוב און ווען ס'קומט צו א דבר מצוה מעג מען דאך יא רעדן פון געלט שבת. ווען איינער קומט דיר געלט איז דאך אבער נישטא די מצוה, אלזא וועגן דעם ווערט גארנישט דערפון!

מיין גאנצער וויץ אין מיסט-קאסטן אריין...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 8:48 am
דורך 3x0
קרעמער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דריי-מאל-גארנישט (ער האט מיר פארבעטן צו זיך אין שטוב פרייטאג צונאכטס, אויב ער געט מיר רשות, וועל איך דאס פונקטליך באשרייבן),

אויב די געדענקסט, האב איך דיר שוין דעמאלס געזאגט אז די קעסט אלעס באשרייבן.

ער האט מיר אריינגעלאזט צו זיך אין קאך, וואו ער האט צו זיין גרויס אנטוישונג באמערקט אז די CORONA LIGHT...

מאשקע האט געשריבן:גוט גוט. יעצט העמיר ווארטן אז טריאו זאל קומען באשטעטיגן וויפיל פראצענט דערפון ס'איז אמת.

3x0 האט געשריבן:מאשקע,

וויסן זאלסטו, אז נאך סאך מער פון דעם איז אמת.

נעכטן נאכט, ווען איך האב פארגעליינט די באריכט פון די צוזאמקום ביי מיר אין שטוב פאר מיין בני בית, האט זו מיר אויפמערקזאם געמאכט אויף א טעות וואס קרעמער האט געמאכט, די ביר איז געווען corona extra, און נישט corona light.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2007 8:53 am
דורך צייטליך
דיזע, זיייער גוט, פאר ביידע תגיבות, האסט מעך שוין שיעור דערשראקן ביים אנפאנגען ליינען, עניוועי, כ'זעה אז די ביסט א מענטש,
קיין סעודת הודאה פלאן איך נאכנישט צו מאכן, אבער א דאנק דארף איך דיר דא געבן, נאכדערצו אז די האסט געקענט נקמה נעמען אין מיר....

טענק יאו דיזע,

נ.ב. א קליינע פראגע, כ'קען נישט דעם סושי, איז ער אפשר דארט געווען די פארגאנגענע צוויי וואכן אויך.. ?