Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך נובמבר 09, 2011 11:22 pm

שטארק זיך האט געשריבן:אז פרישע אינגעלייט זאלן אינטערוויאואירט ווערן איידער מען שטופט זיי אריין אין כולל סיסטעם, און זיי איינטיילן אין קאטאגאריעס.

א) תורתם אומנתם (אחת מאלף)
ב) מיועדים ללמד ולהורות (15 פראצענט)
ג) יודעי ספר, בעה״ב העתיד (65 פראצענט)
ד) עין יעקב אידן (10 פראצענט)

און וואס וועט זיין דאן...?

אולי באלד אדרעסירן...

ווען קומט די המשך?

Advertisement

מיטוואך נובמבר 09, 2011 11:24 pm

איך שטיי אונטען פון מיין מיינונג אלל די וועי!

מיטוואך נובמבר 09, 2011 11:26 pm

משה יאכעס! וואס וועסטי טיהן אויב די פארברעכערס ציפירען זיך די הענט... וועסטי רופן שומרים...

מיטוואך נובמבר 09, 2011 11:34 pm

האקניש און קאפ!! קיינער צופירצעך ניש קיין הענט!! די חברה שומרים מעג אויך אויפגעלייזט ווערן!!! דאסיז אלעס בלויזע פראפאגאנדע און הוילע קאנספיראציעס!!! צו קענען ארויספרעסן נאך שטייערצאלער געלטער צו קענען אויפהאלטען עפעס א דיפארטמענט און קענען טריאומפירען אז מ'האט קריעטעד און געסעיווד דשאבס!!! וועק דיך אויף!! אויף וועלכע פלאנעט ביסטו???

מיטוואך נובמבר 09, 2011 11:37 pm

יא יא מוישעיאכעס!! געפינט זיך: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר? - נישט אויף דעם פלאנעט...

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:01 am

פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:משה יאכעס! האסט געגעבן א קוריאזע מיינונג אבער האלטסטי טאקע וואס די שרייבסט... איך מיין אז נישט..

"דו מיינסט אז נישט, אדער דו האלטסט אז נישט???"

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:05 am

your friend האט געשריבן:
פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:משה יאכעס! האסט געגעבן א קוריאזע מיינונג אבער האלטסטי טאקע וואס די שרייבסט... איך מיין אז נישט..

"דו מיינסט אז נישט, אדער דו האלטסט אז נישט???"

די ביסט מיין פריינט אדער מוישעיאכעסען'ס פריינט...

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:32 am

איך האלט:

יעדער וועלפעיר אקצעפטירער וואס שטייט אויף צוויי פיס, זאל דארפן כאטש צוויי מאל א וואך קערען די גאסן פון זיין געגענט מיט אזא שטעקן און נאגל, יא, דעי וואס כאפט זיך געשמאק אריין אין די פאום קאפס.

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:38 am

שטארק זיך האט געשריבן:איך האלט:

יעדער וועלפעיר אקצעפטירער וואס שטייט אויף צוויי פיס, זאל דארפן כאטש צוויי מאל א וואך קערען די גאסן פון זיין געגענט מיט אזא שטעקן און נאגל, יא, דעי וואס כאפט זיך געשמאק אריין אין די פאום קאפס.

מען וועט ארלעידיגען אז ביים היימישען עולם וועט מען אנשטאטס די גאסן, אויפקלינען די בתי מדרשים פין די האט קאפס, אנשטאטס די שמיציגע ערלים...

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:40 am

נו אוודאי, אז דו ערלים פאקן ספרים... זאל דערוילעם שטעכן האטקאפס...

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:03 am

איך האלט אז דער מספר ההודעות דארף זיין צעטיילט פאר יעדן. איין נומער פאר ערנסטע לענגערע תגובות, און איין נומער פאר קורצע ליידיגע תגובות. האט דען פשט אז עס קומט אן א יצמח פורקניה און נעמט זיך פירקלען הונדערטער תגובות אין "פארברענגען", און זיין מספר רוקט זיך אויף אין אלף השישי אריין ביז מינוטן, איבערשטייגנדיג לאנג-יעריגע מיטגלידער וועלכע שרייבן לענגערע ערנסטע אפהאנדלונגען?

(אט די מיינונג איז גענוג קוריאז אז ס'זאל אריינפאסן אין דעם אשכול?)

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:06 am

גייענדיג מיט קארל׳ס טעמע, האלט איך:

אז מלמדים/לערערינס זאלן מארק יעדע בחינה/טעסט מיט צוויי סארטן מארקס, איינע לויט די כמות ואיכות פון די ענטפערס, דאס צווייטע לויט די הארעוואניע.

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:09 am

שטארק זיך האט געשריבן:גייענדיג מיט קארל׳ס טעמע, האלט איך:

אז מלמדים/לערערינס זאלן מארק יעדע בחינה/טעסט מיט צוויי סארטן מארקס, איינע לויט די כמות ואיכות פון די ענטפערס, דאס צווייטע לויט די הארעוואניע.

דאס איז אבסאלוט נישט קוריאז!!

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 2:11 pm

איך האלט:
מען זאל אנולירן די ספיד לימיט געזעצן.

ווייל:
עס איז פשוט אז רוב עקסידענטן קומען פאר נאר צוליב די רעגולאציעס, ווייל דא דארף מען סלויען דא שנעללער, דא איז א פאליסמאן מען וואונקט ארום... טראכט נאר אריין, פארוואס פאלט קיינעם נישט ביי אז מען דארף מאכן ספיד רעגולאציעס אויפ׳ן סיידוואלק, (אל תפתך פה...) ווייל מענטשן האבן א נאטורליכע געפיהל, ווי שנעל אדער שטייט צו גיין.

נו, דרוקט אראפ דעם אקסעלארעטאר...

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 2:20 pm

שטארקי, אין דריי סטעיטס אין אמעריקא איז בכלל נישט דא קיין ספיד לימיטס אויפן הויך-וועג, אזוי ווי אין פילע אייראפעיאישע לענדער (דייטשלאנד, עסטרייך וכו').

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 5:39 pm

וועלעכע דריי??
אויב נעמט מען סיי ווי אראפ די פאליציי פון ראוד קענען די ספיד לימיטס בלייבען
עס וועט נישט אויסמאכען. ודו"ק

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 5:49 pm

;l;p-
abimlaibt האט געשריבן:וועלעכע דריי??
אויב נעמט מען סיי ווי אראפ די פאליציי פון ראוד קענען די ספיד לימיטס בלייבען
עס וועט נישט אויסמאכען. ודו"ק

נישט ריכטיגע פאקטן.

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 6:28 pm

איך האלט:
אז איינער וואס איז ערוועלט געווארן פאר פרעזידענט איז א געלונגענע מענטש.
אז איינער וואס קויפט טייער איז רייך.
אז איינער וואס קויפט ביליג איז ארים.
אז אין א כולל לערנט מען.
אז די עף בי איי און נעווי סיעלס זענען אזוי געלונגען ווי זיי שטעלן זיך אהער.
אז די אמערקאנער רעגירונג האט אומבאגרעיצטע כוחות.
אז די רעגירונג ארעסטירט איינעם, מן הסתם האט ער עפעס חוטא געווען מער ווי אנדערע.
אז די פארקינג טיקעטס אין ניו יארק איז געמאכט צו האלטן ארדענונג אין שטאט און ריין די גאסן.
אז ווען מ'קויפט אויף סעיל שפארט מען זיך געלט.
אז מענטשן מיט א געשליפן צינגעל זענען קליג.
אז מענטשן מיט א דיקע שטימע זענען שטארק.
אז קאסטומער סערוויס פון די גרויסע קאמפעניס זיכען מיין טובה.
אז איינער וואס לאכט איז פריילעך.
אז אמעריקע איז א לאנד פון יוסטיץ.
אז די מידיע טרייט צו שרייבן אמת.
אז שלום בית מיינט אז מען קריגט זיך נישט.
אז חינוך מיינט מסביר זיין.
אז ענגזייעטי און OCD איז אן אמת'ע מחלה.
אז דאקטוירים פראבירן צו העלפן זייערע פאציענטן.
אז ווען א עד שרייבט אין ריזיג אז ס'קאסט "בלויז כך וכך" איז עס א ביליגע פרייז, עכ"פ זיכער נישט טייער.
אז מענטשן טראכטן פון מיר א גאנצן טאג.
אז די גאנצע ביהמ"ד קוקט אויף מיר ווען איך דאווען ביי מזרח.
ס'קומט נאך אי"ה

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 7:44 pm

איך האלט אז דער אשכול איז שוין גארנישט אזוי קוריאז

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 7:49 pm

ניק ניק.. (לשון חיבה)

דו האסט גוט געכאפט דעם געדאנק פונעם אשכול...

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 8:00 pm

ניק ניק האט געשריבן:איך האלט:
אז ...
ס'קומט נאך אי"ה

איך האלט אז דאס איז נאך דאס בעסטע....

פרייטאג נובמבר 11, 2011 1:38 am

איך האלט:

היימישע קרעטשמע דארף האבן א קורפיו (נישט די אתרוגים)... מען זאל נישט קענען פארבראכן דא מערער ווי א האלבן שטונדע א טאג...

נאך די האלבע שטונדע זאל זיך אויפשרייבן:

איר האט געדרוקט אן אומריכטיג קנעפל, אדער וואדעווער...

נישט ריכטיגע פאקטן.

זונטאג נובמבר 13, 2011 3:16 pm

המשך איך האלט:

אז דער עולם קען קוים ווארטן איך זאל ממשיך זיין.
אז געלט איז נישט אלעס.
אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה.
אז א ווייעלעשען טיקעט איז א קנס.
אז ווימ"ס איז דער צענטער פון דער וועלט.
אז איך גיי דא ווייטער שרייבן לאנגע תגובות בחינם. פינטל.

דינסטאג מאי 20, 2014 1:29 pm

אז אלע ניקס וואס האלטען נאך ביי 0 תגובות זאלען פארלירען ס'מעמבערשיפ נאך א יאר זיין איינגעשריבען ,כדי צו געבען פאר אנדער די מעגליכקייט צו ניצען דעם ניק

דינסטאג מאי 20, 2014 3:01 pm

איך האלט אז דאס איז גאנץ א גוטע זאך
שרייב א תגובה

Advertisement