גריסן און שמועסן
דינסטאג נובמבר 08, 2011 1:51 pm
ב״ה
לרגל דאס ליגן מיט די פיס ארויף צוליב׳ן פארדרייט ווערען, שטעל איך אהער אט דעם יסודיות׳דיגן אשכול ווי איר זאלט ארויפשטעלן אלע אייערע פארדרייטע און קוריאזע שיטות, צווישן זיי אזעלעכע וואס איר האלט קלאר ווי דער טאג, אז די וועלט בעסער געשטאנען. כמובן זאלט איר גוט מסביר זיין אויף וואס אייער מיינונג איז געבויט, און ווי נאריש די וועלט איז אז זיי אדאפטירן דאס נישט...
זאל די וויסן די וועלט וויסן אז אפילו אין דער היינטיגער עפאכע איז נאך פארהאן טיפע דענקער...
וכל המרבה בקוריאזיע הרי זה משובח.
-----
וזה יצא ראשונה:
איך האלט אז דער היימישער ציבור דארף זיך באזעצן אין שאנכאי, כינע.
די סיבות זענען זעלבספארשטענדליך.
Advertisement
דינסטאג נובמבר 08, 2011 1:54 pm
איך האלט ענדערשער דאון סאוט.....
דינסטאג נובמבר 08, 2011 1:57 pm
איך האלט אז מענטשן דארפן אייביג האלטן די פוס אויף ארויף, אזוי וואלט די 'אידישע וועלט' בעסער געשטאנען...
דינסטאג נובמבר 08, 2011 2:02 pm
מיין, יור פרעינד, וואסעפעס סאוט...?
שנאפס:
וואסעפעס פיס ארויף...? און די קאפ וויזוי? אראפ?
דינסטאג נובמבר 08, 2011 2:11 pm
איך האלט א אייזקרים אין מיין האנט.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 2:13 pm
איך האלט אז שמערי פארדרייעט דעם אשכול בכוונה.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 2:22 pm
איך האלט מיך אפ פון שרייבן וואס איך האלט
דינסטאג נובמבר 08, 2011 2:23 pm
דאס איז נישט קוריאז.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 3:02 pm
א טיטשער האט געפרעגט די קליינע סטודענטען "ווען איך וואלט ווען געשטאנען אויף מיין קאפ מיט מיין פיס ארויף, וואלט די בלוט אראפ און קאפ אין מיין פנים וואלט ווען רויט געווארן, אויב אזוי פארוואס ווען איך שטיי אויף מיין פיס גייט נישט די בלוט אראפ און פיס?" רופט זיך אן איין קינד "ווייל דיין פיס איז נישט ליידיג". כאן צריך לשחוק
אגב איך האב געהערט אז בלומבערג האט אן עצה בעסער צו מאכן נו יארק. ער איז געווען און לאנדאן אין געזען ווי די קארס פארען פארקערט ווי און אמעריקא, האט ער דא אויך געוואלט אזוי איינפירען, מ'קען דאך אבער איבערקערן א וועלט אין איין טאג, האט ער מחליט געווען אנצוהייבען מיט די טראקס.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 3:03 pm
איך האלט נישט אז עס וועט זיך לאנג האלטן
דינסטאג נובמבר 08, 2011 4:23 pm
איך האלט נישט אויס
דינסטאג נובמבר 08, 2011 4:58 pm
דער פותח האשכול שרייבט אז מען מוז מסביר זיין יעדע שטעלונג, און ער איז גארנישט מסביר פארוואס מען ברויך קיין גיין שאנכיי???
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:01 pm
איך האלט אז ווען מענטשן זאל ווען זיין אביסל נארמאלער, כ'פארלאנג נישט קיין סאך, נאר ווי רעבע דים זאגט א פיצקעלע שכל, וואלטן מענשטן געווען נארמאל. די סיבה איז פשוט ווייל האסט שוין אמאל געזען א נאמאלער מענטש ווארס איז נישט נארמאל? אלא מאי מוז זיין אז ווען עס וועט הערשן אביסל נארמאליטעט אויף די וועלט וועט ווערן נארמאלע מענטשן דא.
מי לנארמאל אלי!
(חסידי לאנדא נישט אקסעפטעד)
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:06 pm
ווינקל איך בין מיט דיר............
להערה בעלמא, כנוסח רעבע דים ברויך מען האבן א קאפ-קעיק אויף די פלייצעס, פארוף דעם קוריאזע קאמפיין קקא"ל (ק'אפ ק'עיק א'ל'י).........
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:08 pm
איך האלט אז באראק אבאמא איז קעניער געבוירענער, וועלעכער איז אימפלעמענטירט געווארן דורך די מוסלמענער אין די פאראייניגטע שטאטן, און זיין זענען געשטאנען פון די הונטערגרונד און פינאנצירט געשטופט צו זיין פאליטישער אויפשטייג.
כהיום איז ער א באהאלטענער שפיאן פאר על-קעידא, כדי צו פארדעקן די שפורן האט בין לאדין באשלאסן צו ווערען א מארטירער אין די הענט פון אבאמא׳ן, דאדורך זיכער צו מאכן אז מען קוקט אים אן געטריי און פאטריאטיש.
אויף על-קעידא׳ס אינציאטיוו, האט אבאמא געשטיצט די אראבישע פרילינג, וועלעכע האט שוין אראפגעברענגט עד היום עטליכע פרא מערב רעזשימען, שטעלענדיג אויף זייער פלאץ די ערגסטע מוסעלמענע ארגעניזאציעס. צווישן זיי די מוסולמענע-ברודערשאפט (איגעפטן) על-קאידא (ליביע).
איצט שטיצט ער אן ענליכע הערבסט באוועגונג וועלעכע איז פארנומען צו אקופירן אלעס וואס געהערט נישט צו זיי.
ווי אויך האט ער לויט זייער באפעל דורכגעפירט א רייע מאסנאמען צילענדיג אונטערצוברענגן די קאפיטאליסטישע מארקעטס, ברענגענדיג צו דעם אז די גרעסטע אמעריקאנער פירמעס זענען כמעט אויסגעקויפט דורך די רעגירונגן וועלעכע זענען פאר׳משכון׳ט פאר כינע...
מאר טו קאם.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:23 pm
ביסט כמעט גערעכט. נאר בין לאדין לעבט און לאכט, ער איז ערגעצוואו םארשטעלט אין וואשינגטאן סידי.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:25 pm
ווינקל, דו זאגסט אז איך בין נאר ׳כמעט׳ גערעכט? יעצט, דאס איז באמת א קוריאזע מיינונג...
לעצט פאראכטן דורך
שטארק זיך אום דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:31 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:29 pm
איך האלט באמת, אז די רעגירונג האט געהאט א יד אין די וויקיליעקס ארויסרינונגען, און ס'איז אין זייער אינטערעס געווען, אז דאס זאל פאסירן.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:31 pm
איך האלט אז דער אשכול באלאנגט אין קרעטשמע - וואו איך האב איר אריגינעל אריינגעשטעלט, און נישט אין פארברענגן.
...
פעדער, מיין ספין דארף דארט אויך אנקומען...
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:42 pm
איך האלט אז ריק פערי האט געבעטן זיינע שטיצער צו זאגן אז זיי גייען וואוטן פאר קעין אזוי וועט ער אריינקומען א סורפרייז אין אייאווא און האבן מאמענטום
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:46 pm
ווינקל האט געשריבן:דער פותח האשכול שרייבט אז מען מוז מסביר זיין יעדע שטעלונג, און ער איז גארנישט מסביר פארוואס מען ברויך קיין גיין שאנכיי???
אטי בשופטני עסקינן... אזוינס דארף מען אפילו מסביר זיין...?
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:51 pm
לב טוב האט געשריבן:איך האלט מיך אפ פון שרייבן וואס איך האלט
קום ארויס מיט די פאקטן וואס שנעלער!
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:56 pm
איך האלט בשיטה, אז ווען עמיצער לאכט פון זיין אייגענעם וויץ איז עס נישט קיין באווייז אויף טפשות, (ווי די קליינע זאגן: "עי האסט געלאכט . האסט געלאכט... דו מאכסט א ליגנט) נאר מ'דארף עס גוט באטראכטן פון אלע צדדים. ס'ווענטצעך
אויב לאכן די ארומיגע, דאן איז פשט, אז ס'איז אזא גוטער וויץ און דעריבער ווארפט ער זיך.
אויב אבער זענען די צוהערער מיט טרוקענע פנימער, און בלויז ער שאקלט זיך ווי א לולב שעליו נפרדין. דאן איז ער א פאלנער פיר עקעדיגס.
דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:58 pm
פעדער! דיין לולב איז געווען פיהר עקעדיג ?
קען זיין ווען עס צושפרייט זיך און ווערט נפרד דאן ווערט עס אטאמאטיש פיהר עקעדיג, אבער ס'נישט מסתבר
דינסטאג נובמבר 08, 2011 6:01 pm
דער עיקר איז אז א צושפרייטע לולב זוכט יעדער אויסצומיידן, נישט ווילענדיג זיך צושטעכן דערפון...