בלאט 1 פון 54
די "איין תגובה טאר נישט האבן שייכות מיט די אנדערע" אשכול
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:52 pm
דורך קרעמער
אזוי ווי איר הערט. עס האט מיר אויפגעבליצט דעם געוואלדאוונעם רעיון נאכן מיטהאלטן ביי מערערע אשכולות ווי דער עולם פארפארט פונעם אריגינעלן טעמע און מען פארציהט א לענגערע געשפרעך על דא ועל הא אין די צייט וואס דער פותח האשכול האט גאר גערעדט על קוקעריקו.
אין דעם אשכול וועט דאס נישט פאסירן!
ווייל דער יסוד און דער סאמער פונדאמענט פון דעם אשכול איז דאך באזירט אויף דעם איינעם און טאקע בלויזן תקנה, אז איטליכער תגובה ברויך שטיין פאר זיך און טאר נישט קיין צוזאמנהאנג האבן מיט די פריערדיגע.
איר פארשטייט?
די איינציגע אופן וויאזוי אט דער אשכול קען חלילה פארפארן, איז אויב איר זאלט קאמענטירן עפעס וועגן דעם שמועס אינעם ערשטן אריינפיר-תגובה.
יאללא
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:54 pm
דורך בחורהזעצער
ווען גייט קרעמער'ס רויטע בארד ווייס ווערן?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:58 pm
דורך באמבאסטיש
מיין נאז קראצט
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:04 pm
דורך מוישע_יאכעס
אה! א פיין פלאץ ארויפצוריקען די מספר התגובות! אלע קינדערלעך שוין אריין און חדר!! דא קענטעץ אנפירקלען אלע ווענט און שרייבן וואסעץ ווילטס! ריקטס תגובות מיט שטותים דא און לאט די אנדערע ערטער לאזט ריין....
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:05 pm
דורך מוישע_יאכעס
געז מאכט א קאר פארן, א בעלון שוועבן, א עראפלאן פליען, א פייער ברענען, און א מאגן דרייען
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:32 pm
דורך שוועמל
קרעמער האט געשריבן:איר פארשטייט?
די איינציגע אופן וויאזוי אט דער אשכול קען חלילה פארפארן, איז אויב איר זאלט קאמענטירן עפעס וועגן דעם שמועס אינעם ערשטן אריינפיר-תגובה.
צו וואס א נייער אשכול...?
אופס.. צוריק צום נושא.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:37 pm
דורך ניק ניק
ווי איז סאכדעס? מיליאן שיליאן, ס'פעלט יא אויס נישט אויס, געפענט דורך א מנהל, אז מ'לעבט דערלעבט מען...
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 9:12 pm
דורך קרעמער
אז עס רעגנט, זאל שוין גיסן
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 9:35 pm
דורך אויפריכטיג
קרעמער איז צוריק בתוקפו! (אויב דאס איז נישט אין איינקלאנג מיט די תקנת האשכול... זאלן די מנהלים פירן די תגובה וואו ער געהערט...)
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 9:39 pm
דורך מאשקע
וואס איז די חידוש? ס'שוין דא צענדליגער אזעלכע אשכולות.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 9:46 pm
דורך יגעתי ומצאתי
איין תגובה (פון די אשכול) טאר נישט האבן קיין שייכות מיט די אנדערע אשכול?...
הסבר ביטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 10:06 pm
דורך מומחה עצום
וואס איז געווען די איינפאל פון נאר פינעף ווערטער אשכול אפשר פיר אדער זעקס.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 10:18 pm
דורך scy4851
געטראפען בונם'ס זיידע ביי א חתונה
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:46 pm
דורך קרעמער
מען מעג יא, אבער מען טאר נישט
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:51 pm
דורך מאנאגרעמס
קאנקארד קל???
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:56 pm
דורך סאדע_באטל
דיין טאטע גייט נישט קיין ווייסע זאקן ?!?!?!?!?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 12:07 am
דורך קרעמער
שאלת חכם חצי נזק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 12:29 am
דורך פאיאץ
"פערל זאגט, אינדרויסן טאגט, שמערל פארמאגט, האט בערל דעריאגט. שמערל געשוירן, די שערל פערלוירן, חי' געטראפן, האט שמעי' געשלאפן, האט ישעי' געלאפן, די סטאר געווען אפן. נישטא קיין קרים, צובראכן די סטים, האט דער חזן פארקילט די שטים. האט דער לויער גערעדט, ער זאל ליגן אין בעט, אויפן העט, פאר וועלכן חטא, א גאנצן סעט.,איז מיסטער גליק, מיט ראביי צוויק, געפארן אויפן בריק, איז געוארן א ליק, איז בען געפארן צוריק, א קאר אן אנטיק, צען דאלער א שטיק, האט פוילע שטיק. איז געשטאנען אין די בלעטער, אן אייגענע פעטער, א פאררעטער, געקומן שפעטער, א גרויסער לעטער, פון צוואנציג מעטער, קוקט ער, זעט ער, ס'איז דא א היתר. וויל די קהילות, האבן א רגילות, נישט צו באצאלן די בעלי תפילות, אט דאס איז רכילות!"
ר' יו"ט ז"ל #4 שמע בני
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 6:55 am
דורך msp
מיין זיידע איז געגאנגען א קפטן אבער לאנגע הויזען
שששששששש
קען זיין לאשענארע....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:01 am
דורך ווינקל
די פלאקאטן אין בהמ"ד היינט איז עפעס מורא'דיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:03 am
דורך קרעמער
יענעמס קינד איז זיכער אויף מעדיקעיד געבוירן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:07 am
דורך תרנגול
שוין אט אט ל"ג בעומר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:09 am
דורך moshele11211
איך קען אים אבער נישט טראסטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:13 am
דורך קרעמער
א גאנצע קולט איז דאס געווארן, ממש נישט צום גלויבן. און נאך "עמי בבית"
מיין טרייסט איז אז עס וועט פלאצן ווי א זייפן בלאז, כבר היה לעולמים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:15 am
דורך מומחה עצום
וואו ליגן די אפגעשניטענע בערד פון אהייא