Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויאזוי שפארט מען צו אן אשכול?

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 11:09 am

איך זעה אסאך מאל ווי ניקס וואס געפעלט זיי נישט אז מען טענה'ט זיך און מען ווענד אפ זייער אשכול, שפארן זיי אפ דעם אשכול, נישט איידער זיי ווארפן אריין דאס לעצטע ווארט, אזוי ארום מיינט יעדער אז הכל מודים צו זייער שיטה, והא ראיה קיינער רופט זיך גארנישט אן.

עס איז א גוטע איינפאל גראדע, ביי טעלעפאן שמועסן און ביי טעקסט מעסעדזש צו ביים קאווע שטובל וכדומה, מען שפארט אפ דעם דיסקאשען און יעדער מיינט אז דו ביסט געבליבן גערעכט.

טעקניקלי, וויאזוי טוט מען עס אין אייוועלט? דארף מען האבן פאטאשאפ אדער דרימריווער? מען דארף קענען וועב קאודינג? וויאזוי טוט מען עס?

Advertisement

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:06 pm

די פשוטע וועג איז:

גיי אויבן אויף די לינקע זייט ביי די "אפט געפרעגט פראגעס" קנעפל. דארט איז דא א דראופ-דאון באקס.

סעלעקט די אפציע "נעול נושא"

ער וועט ארויפברענגען אלע נושאים וואס דיין ניק האט געפענט. לייג אריין א "טשעק" אין די נושא וואס די ווילסט אפשפארן.

דערנאך גיי אראפ אונטן און קליק אויף די "נעול נושא" קנעפל.

עס וועט ארויפקומען א קשיא אויב די ביסט זיכער אז די ווילסט דאס טוען. קליק אויף "כן".

דערנאך סיין ארויס פון דיין ניק און סיין צוריק אריין.

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:12 pm

אנקעטע: וויפיל ניקים האבן פראבירט נאכצוזען אויב עס שטימט די אינסטרוקציעס וואס צייטליך האט געשריבן...

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:14 pm

אוי צייטליך!
אלע סודות זאגסטו אוהם אויס?

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:15 pm

גרויזאמער האט געשריבן:וויאזוי שפארט מען צו אן אשכול?

מ'לייגט די פרויען תגובות אין די בעק

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:15 pm

נושאים נעולים הם נושאים אשר המשתמשים אינם יכולים להגיב אליהם יותר וכל סקר אשר הם עלולים להכיל יסתיים אוטומטית. הנושאים יכולים להיות נעולים מסיבות רבות ונקבעו כך על-ידי מנהל הפורום או המנהל הראשי של המערכת. תוכל גם לנעול את הנושאים שלך לפי ההרשאות אשר נקבעו על-ידי המנהל הראשי של המערכת.

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:16 pm

מענין לענין...
עטעטשמענטס
k.jpg
k.jpg (24.62 KiB) געזעהן געווארן 535 מאל

מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:21 pm

ג'אנץ פשוט און גראד
ר'עדט נאר מיט א שווערע מוט
ו'ועט שוין קרעמער זעהן
י'עמאנד זאל נישט שרייבן מיין
ז'וי ווי אן אויגנבליק עס נעמט
א'ז די טיר זאל ווערן פארקלעמט
מ'אכן אויף איז שוין שווער
ע'ד עס ווייט נישט בלייבן קיין קלער
ר'עדן אן אומאויסגעהאלטן ווארט מער.

דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 8:28 pm

צום זאך האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:וויאזוי שפארט מען צו אן אשכול?

מ'לייגט די פרויען תגובות אין די בעק




צום זאך!!!!!!!!!! ;l;p-

דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 8:51 pm

אין דעם אשכול viewtopic.php?f=6&t=15183&p=478162#p478162 (איך געדענק נישט וויאזוי מען שרייבט אידיש אנשטאט א לינק, הילף ביטע.) קען מען זען ווי קרעמער האט אריינגעשמוגעלט א תגובה דערנאך וואס צייטליך האט פארמאכט דעם אשכול.

אין די סעריע פון "ווער איז דער קרעמער?"....

דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 9:07 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:אין דעם אשכול viewtopic.php?f=6&t=15183&p=478162#p478162 (איך געדענק נישט וויאזוי מען שרייבט אידיש אנשטאט א לינק, הילף ביטע.) קען מען זען ווי קרעמער האט אריינגעשמוגעלט א תגובה דערנאך וואס צייטליך האט פארמאכט דעם אשכול.

אין די סעריע פון "ווער איז דער קרעמער?"....

וואס איז די חידוש? איך טוה עס אפטער אין די "אומבאשטעטיגטע ניקס" אשכול אין "ברוכים הבאים" פארום

אז מען קען מען קען

דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 11:08 pm

מיין אלטע שאלה. שרייבט קרעמער ווען די אשכול איז פארמאכט אדער שפארט ער עס אויף און שרייבט שנעל. למאי נפקא מינא? צו איך קען כאפן די מילי סעקונד און אויך שרייבן...?

דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 11:33 pm

אויב פרעגסטו באמת, יא ער קען שרייבן ווען ס'איז פארמאכט, ער האט עס נאר מיט א קליינע חילוק פון יעדע אשכול.

פרייטאג אוקטובר 28, 2011 8:29 am

ווינקל האט געשריבן:אנקעטע: וויפיל ניקים האבן פראבירט נאכצוזען אויב עס שטימט די אינסטרוקציעס וואס צייטליך האט געשריבן...

;l;p-

מיטוואך נובמבר 02, 2011 10:49 am

א גוטע עצה צוצושפארן אן אשכול: מ'רופט אהין "אייסאלעיטעד" ...

מיטוואך נובמבר 02, 2011 10:52 am

קליקו איז בעסער

מיטוואך נובמבר 02, 2011 10:53 am

נא, עס קוקט אויס ווי א גלגול

מיטוואך נובמבר 02, 2011 5:08 pm

נאפס נישט די זעלבע

שבת ינואר 21, 2012 10:10 pm

קרעמער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:אין דעם אשכול viewtopic.php?f=6&t=15183&p=478162#p478162 (איך געדענק נישט וויאזוי מען שרייבט אידיש אנשטאט א לינק, הילף ביטע.) קען מען זען ווי קרעמער האט אריינגעשמוגעלט א תגובה דערנאך וואס צייטליך האט פארמאכט דעם אשכול.

אין די סעריע פון "ווער איז דער קרעמער?"....

וואס איז די חידוש? איך טוה עס אפטער אין די "אומבאשטעטיגטע ניקס" אשכול אין "ברוכים הבאים" פארום

אז מען קען מען קען

שוין געעפנט, לקיים מה שנאמר: לעבן זאל דעמאקראטיע!
שרייב א תגובה

Advertisement