בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 11:53 am
דורך יאנאש
איך הער וואס דו זאגסט, דער עולם האט פארשטאנען אז דו באציהסט זיך צו א אידעלע'ס תגובה און די נאכפאלגן דערפון, אבער ווי דו זאגסט איז טאקע די אמת אויף דיין זייט.
נארוואס דען, מען האט טאקע נישט געקעדט פון א ווידיאו נאר איך הער האט געמאכט א טייפינג עראר.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 11:56 am
דורך סאכדעס
און האו אבאוט די 'געקעדט'? וואס דארף דאס צו מיינען? כ'מיין אז די אשכול דארף זיין אפן ביז פורים.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 12:09 pm
דורך איך_הער
ששו מעי, כמעט א גאנצע פעידזש נאר וועגן מיר.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 12:52 pm
דורך מאשקע
דיינע געדערים פרייען זיך שטענדיג ווען מ'רעדט פון דיר?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 2:34 pm
דורך נאטורליך
ווען איז דער זמן? מען קען שוין אויספאסטען?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 2:37 pm
דורך סאכדעס
נאו וועי, אין דעם אשכול פאסט מען ביז נאך די מגילה.

אזוי האט מען זיך געפירט אינדערהיים אויך.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 2:38 pm
דורך איך_הער
נאטורליך האט געשריבן: מען קען שוין אויספאסטען?


פראביר, און לאז אונז וויסן צו ס'איז געלונגען.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 3:20 pm
דורך קרעמער
איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן דין ודברים שקלא וטריא און נישט 'קלוגעא' געווארן (כלשון איש ואיש אבי-מ'לעבט)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 3:21 pm
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן:איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן דין ודברים שקלא וטריא און נישט 'קלוגעא' געווארן (כלשון איש ואיש אבי-מ'לעבט)


דו האסט גארנישט געברויכט קלוגער ווערן, דו ביסט געווען גענוג קלוג אין די ערשטע רגע.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 3:28 pm
דורך קרעמער
טענקיו פאר די קאמפלימענט - יעצט קען מען צוגיין צום הייליגן שב"ק ויו"ט פורים כדבעי למיהוי.

האט מיר אלע א זיסן און פרייליכן שבת און פורים, אויף ווידער זעהן אי"ה.