Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

תענית אסתר אשכול

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 6:34 am

בס"ד

קודם כל געדענקען צי זאגען קאפיטל כ"ב אין זיך אויס בעטען אלעס גוטס


יעצט וויזו פאסט איר

כ'פאסט ב"ה גאנץ גיט,, קיינער זאל נישט קוקען אויף די צייט פין די תגובה ,, ווייל כ'האב נישט ליב אז מען לאכט מיר אויס ,, כ'מיין ס'גייט מיר יא אן כ'הייס נישט יצמח

אקעי צוריק צו תענית אסתר

לאמיר עס אביסעל צונעמען

וואס מיינט תענית אסתר תענית =ער פאסט ,,אסתר = עסט ער

פארשטיי איך נישט אדער פאסט ער אדער עסט ער
מיז מען זאגען אז תענית מיינט נישט פאסטען נאר עס מיינט אז מען האט "טענות" פארוואס ער עסט

אבער איז ווייטער שווער אויב טענות מיינט נישט, פאסטען, דאן פארוואס האסטו טענות אז ער עסט
נאר מיז מען זאגען אז עס מיינט טענות ,מען האט טענות אסתר ,, אויפען הסתר
אין וועגען דעם פורים איז מגילת אסתר מען איז מגלה די הסתר אין מען ווייזט אז אפילו אין די הסתר איז גאט בייהאלטען
(יו"ט ערליך)

Advertisement

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 2:43 pm

ירא גוט גוט.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:09 pm

אהה, יעצט כאפ איך מיך אז היינט דארף מען דא שרייבן, אקעי, כ'זעה אז ירא שמים האט שוין געשריבן עפעס דא, גראדע גאנץ גוט, וואס זאג איך, גראדע זייער גוט, גאנץ גוט זאג איך, גיי ווייס פארוואס מסתמא געוועזן א טעות הדפום, עניוועי, וואס האב איך נאר געוואלט זאגן ? אה, יא, דאס איז טאקע די פראבלעם אז איך האב נישט וואס צו זאגן, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, קומט א איד און עפענט א אשכול ספעציעל געווידמעט פאר אחינו בית ישראל היושבים על המשב.. אה, כ'מיין פאר אינזערע איינוואוינער דא אז מ'זאל האבן ווי צו שרייבן אונעם היינטיגען יום הגדול והנורא טענות (תענית) עסט ער (אסתר), שוין איך בין באוויליגט געווארן צו שרייבן דא, והא ראיה איך שרייב טאקע, אבער ווי פריעט דערמאנט בלייבט איבער איין קליינטשיגע פראבלעם, א פראבלעם וואס איך בין נישט דער איינציגסטער דערון, צענדליגע מענטשן און הינדערטער און אפשר גאר טויזענטער מענטשן מאכן עס מיט טאג טעגליך, דהיינו, זיי האבן נישט וואס צו שרייבן, ביי אנדערע איז דער פראבלעם אפשר אביסל אנדערש, דהיינו, זיי האבן נישט וואס צו זאגן ביים רעדן, די חילוק איז נאר די שרייבן און רעדן, אבער די פראבלעם איז דאס זעלביגע,
איז אזוי, אזוי ווי איך זעה אז נאכן אפשרייבן די דאזיגע סטעיטמענט בלייב איך ביים אלטן, ד.ה. כ'האב נאך אלץ נישט וואס צו שרייבן, וועל איך דא ענדיגען, ביז ווי לאנג עס וועט נישט אויפקימען עפעס בעסערס,,,,,שלח

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:12 pm

צייטליך, מיר דאכט זיך אז ס'איז אסאך בעסער ווען דו האסט נישט וואס צו שרייבן.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:14 pm

איך מעג מחולק זיין?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:19 pm

אף קארס, קוקטס נאר ווער ס'פרעגט, וואסי די שאלע אפילע?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:23 pm

ירא, צייטליך,פעביולעס

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:24 pm

קרעמער, זאג מיר נאר וואס דו האסט דיסיידעט איך זאל וויסן אויף וועלכע וועלט איך האלט, הלנו אתה אם ל.....

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:25 pm

איך וועל פאסן א באשלוס אי"ה אין די נאנטע טעג

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:26 pm

סא, ביז נאך פורים קען איך זיין רואיג, איא?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:28 pm

אויב דו ווילסט דוקא זיין נערוועז, ווער בין איך דיר צו שטערן.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:30 pm

קרעמער, כ'וויל אויך וויסן,

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:30 pm

זעהנדיג דיין האנט פאכענען, הייב 'איך' אן צו ציטערן.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:31 pm

קרעמער; איך אויך

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:32 pm

איזאק, איך אויך

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:52 pm

חברה, איך נישט.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:55 pm

אז די ציטערסט נישט פארוואס ביסטו דעמאלסט אזוי ווילד?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:56 pm

איך טאנץ אויף הייסע קוילן.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:57 pm

זייט ווען איז קוילן בלוי?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 3:59 pm

איך הער, א שאלה אין די זייט,
פארוואס יעדעס מאל ווען איך קוק ארויס פון די ווינדאו פון דיין אפיס איז פארוואלקענט ?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 4:01 pm

וואס באלט דיר פיי, אז ס'איז א ווידאו, אפשר איז עס גאר א פעינטינג?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 4:03 pm

איך_הער האט געשריבן:וואס באלט דיר פיי, אז ס'איז א ווידאו, אפשר איז עס גאר א פעינטינג?

האסט נישט גוט געספעלט פעינטינג, מען ברויך עס ספעלן פעיטינג.
לעצט פאראכטן דורך א אידעלע אום דאנערשטאג מרץ 01, 2007 4:04 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 4:03 pm

צייטליך האט געשריבן:איך הער, א שאלה אין די זייט,
פארוואס יעדעס מאל ווען איך קוק ארויס פון די ווינדאו פון דיין אפיס איז פארוואלקענט ?

די שאלה קומט לכאורה אינמיטן, אדער מער ארויפציר.
לעצט פאראכטן דורך מאשקע אום דאנערשטאג מרץ 01, 2007 4:05 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 4:04 pm

האלט יעדער אזוי ווי א אידעלע? אויב נישט, אריין אינעם שפראך פורום.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 4:06 pm

איכער: האסט זייער גוט געספעלט.
שרייב א תגובה

Advertisement