פינעף/פיר, גראמען איבערהיפן אשכול (עילויים)

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

גראטולירן קנאפער ידען

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 2:48 pm

די תגובה באלאנגט נישט דאהי

אויב מ'דארף, ביטע אריבערפירן

מעומק לבבי עלי חובה היא

קנאפער ידען צו גראטולירן

ס'טארבע ליגט נאך אויפן פלייצע

קוים צוויי טאג דא

קנאפער שוין געגעבן אן עצה

אזא ווארימע ברוך הבא

יה"ר ס'זאלן וואקסןן דיינע תגובות

דער עולם ווארט אומעטום

ביי יעדן ס'האט אזא חשיבות

בקרוב ווערן שר החמישים (אלפים)
לעצט פאראכטן דורך ארחיקה נדד אום פרייטאג נובעמבער 29, 2019 11:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 3:33 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:די תגובה באלאנגט נישט דאהי

אויב מ'דארף, ביטע אריבערפירן

מעומק לבבי עלי חובה היא

קנאפער ידען צו גראטולירן

ס'טארבע ליגט נאך אויפן פלייצע

קוים צוויי טאג דא

קנאפער שוין געגעבן אן עצה

אזא ווארימע ברוך הבא

יה"ר ס'זאלן וואקסןן דיינע תגובות

דער עולם ווארט אומעטום

ביי יעדן ס'האט אזא חשיבות

בקרוב ווערן שר החמישים (אלפים)

באלאנגט דא
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

טראמפ אוקריינע וויסלבלויער פרשה

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:27 pm

פונעם ווייטן מדבר נארוואס געקומען

קוים כ'קען מיך רירן

ס'ערשטן אשכול מיך שוין באנומען

און תיכף גענומען אנאליזירן

טראמפ אוקריינא וויסל בלויער פרשה

ממש אזוי צוקער זיס

יעדער איינער דארטן מוריש ומרשה ששש... (ומרשע)

סגייט הענט און פיס

פונעם קאנגרעס אהערגעשיקט אפאר קאנגרעסלייט

ביידע פארטייען צו רעפרעזענטירן

אין מאכן דא די דשאב

נאכער און הויז צוריקפירן

שטודירנדיג תגובות פון ביידע פארטייען

קלארע פאקטן איך זעה

קיינער טוט נישט ס'קאפ פארדרייען

א היימישע אינטעלידשענס קאמיטע

די דעמס שטורמען ובראשם @צל

בשום אופן נישט פארשווייגן

אראפווארפן פון בענקל איך וועל

קאראפציע קענמער נישט דערליידן

מצד הריפבס אויך טענות מ'דערקענט

בראש וויכי ראש קהלתינו

סענאט איז און אונזער הענט

ועוד חמש שנים יוליכנו

מזמן לזמן א שמייכל מ'ברויך

טשאדי א מומחה גרויס

מישט אביסל פיש מיט יועך

אין לויפט תיכף ארויס

פונדעזייט ארחיקה קוועלט און שטראלט

367 געסט ס'אשכול מ'טארגעט

דער סערווער שוין איבערגעשטרענגט באלד

עפשטיין זיך נישט געהארגעט
לעצט פאראכטן דורך ארחיקה נדד אום פרייטאג נובעמבער 29, 2019 11:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 6:31 pm

ארחיקה נדד דער נייער ניק

גיסט זיך עמערס טאלאנט

גיי אן אין אינז דערקוויק

האלטן דעם מקום אינטערסאנט
טעות לעולם חוזר

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

איך האב נאך קיינמאל

תגובהדורך ארחיקה נדד » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:25 am

ויקם וילך אל מקום אחר

א פרישן אשכול פרובירן

עס עפנט מיר @ניס קראכער

איך טו דארט אריינמארשירן

די געלעכטער מ'קען נישט דערשטיקן

איינער דעם סעלפאון מחסר

@נישט פשוט ציפט נישט טשיקן

@יש רופט קול מבשר

טשאדי שרייט מגיפות איז דא

מיט קלאצקאפ אפילו אפגעהאקט

ס'מערן זיך תגובות יעדע שעה

קראכער שמייכלט צום טאקט

מיט וואונדער בדעת בבינה ובהשכל

איך שטיי און קלער

ווי קומט דא אינעם אשכול

ווען מ'דאווענט און סקווער
לעצט פאראכטן דורך ארחיקה נדד אום פרייטאג נובעמבער 29, 2019 11:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

שטעכעריי און מאנסי

תגובהדורך ארחיקה נדד » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 11:05 am

ס'טארבע ארויף אויפן פלייצע צוריק

מגיימער שוין ווייטער וואנדערן

צייט צו כאפן א בליק

אונעם אשכול דעם אנדערן

פון פחד ס'קלאפן די ציינער

וויאזוי קען דאס זיין

מיט רציחה אנגעהאקט די ביינער

אזא חשוב'ע טייערער אינגערמאן

דער עולם דא פרעגט באזארגטערהייט

דער מצב וויאזוי איז

מ'בעט פאר א רפואה גאנצערהייט

פועל'ן א ישועה מ'מוז

קאפיטלעך תהילים אן א צאל

לרפואת מרדכי בן ברכה

ס'שרייט ארויס די אהבת ישראל

מיר זענען איין משפחה

מצד השני שמועות דא קורסירן

קלארע פאקטן פילע בלעטער

דעם מערדער מ'גייט שוין ארעסטירן

חבירים איז מיין פעטער

אנדערע טענה'ן זיי ווייסן בעסער

מ'האלט נאך אינמיטן אינוועסטיגעישן

ס'אשכול שוין געקאסט עטליכע שלעסער

אלע פירסט הענד אינפארמעישן

די מנהלים ארבעטן ביטער שווער

געלעגער רייניגט בלי נשימה

למעלה משבעים ווארנט גאר מער

מיט ותיטב לנו החתימה

אין ארחיקה פונה לכאן ולכאן

מה קרה איך פרעג

א ספעציעלן אשכול פארדעם פארהאן

אריבערפירן די תגובות מ'מעג

די קעפל טוט דארט אנדייטן

סיי בכמות סיי באיכות

"ווי איין תגובה מיטן צווייטן

טאר נישט האבן קיין שייכות"

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

ס'מוז מ'דארף

תגובהדורך ארחיקה נדד » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 9:04 pm

פונדערווייטנס א אשכול מיר ציט

ממש לעילא מכל מוחין

כ'לויף אהין מיט שנעלע טריט

אין באגעגן רבי חוח'ן

שלום עליכם א חשוב'ע גאסט

א קאווע מיר באשטעלט

כ'וויל דיר צייגן דעם לאסט

פון אונזער היינטיגע וועלט

משלים גיסן קורץ אין שארף

פון דותן ביז לוז

ער רעכנט אויס אלעס מ'דארף

אין פארשטייטצעך אויך מ'מוז

קערידשעס שטריימלעך לאנטש אין מארבל

ס'פנים פאר בושה פלאמט

ס'גיסט מליצות ארויס פון ארבל

ווי געשטעלט אויפן אמט

תיכף ארויסברענגן די צווייטע זייט

די נשמה מ'איז מהנה

קוקן ביי יענעם יעדע צייט

די מעשים טובים זיינע

מנהלים ס'איז כדי שוין מ'זאל

הרב חוח צופרידן שטעלן

ארויפלייגן אויף א שיינעם פעיראלל

אונז זאלן ווייטער קוועלן

אבער רבותי א פאקט אראפשטעלן

קיינער די יוצרות מישן

כ'קען נישט אפילו כ'זאל וועלן

זיין הרב חוח'ס קאמפאטישן

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 10:09 pm

WOW
ביועטיפול!!


(פון יעצט און ווייטער ווען איינער שרייבט א גוטע ארטיקל זאל ער וויסן ער איז מהנה דעם עולם צוויי מאל ...)

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

איציק מעכל דער בן-עשק

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:19 pm

פודערווייטנס קולות אוי א שרעק

ממש א בערן סטאדע

לויפנדיג אזוי צו יענעם עק

באגעגן איך @נו וואדע

דער דארטן ממש א וויץ

ווי געפאנגן ביד זדים

א זון פון האדמור משטיגליץ

דעם פאטיקער'ס אן איידעם

איציק מעכל רויט ווי פייער

ברויך א גייסטישע רפואה

דער אדמוני כולו כאדרת שיער

די פיס געריסן קריעה

די קעיק מיט בלויזע הענט

נאר איין שיכט באהבה

אקארשט זעקס ריינע גלעזלעך פארברענט

פאר איין נערישע קאווע

ס'הוט איז נישט צום באצאלן

ממש פאר סביב מראשותיו

מקפיד כסדר אים אפצוגאלן

אזא טייערער ירושת אבותיו

פאר'ן עמוד דאווענען יעדע תפלה

תפילת שחרית אחר חצות

אפגערעדט פון זיין עבודת אכילה

ס'מוז זיין עד כלות

דער עולם די פינגערס באלעקן

געלעכטערס א גאנצע כאר

קאמפלימענטן פליסן פון אלע עקן

נעוואדע ווי וואנט מאר

פונעם אנדערן זייט קומען מחאות

פאסט נישט, באים בטענה

אויף אייוועלט באשרייבן אזאנע מאורעות

לך אל האומן שעשאני

נו וואדע טענה'ט מ'איז פארפארן

קיינעם באליידיגן כ'האב געוואלט

נחזרה צו די סמך יארן

אונז זענען שוין עדאלט'ס

@ישראל חיים שטעלט א יסוד

צוריקגעבן די זעלבע מטבע

בערי הנגיד מאכן צו שפאט

יעצט די נגידים'ס רייע

שוין אלס בחור געהאט סימנים

בכלל נישט זיין שולד

געבוירן מיט א גלאטע פנים

כ'האב אפילו א בילד

ריחו נודף און שול ובשווקים

חלב שנתעלם מקפיד דערויף

די ציצית אויך משנה מקום

העמד נישלס א חוב

דריי סלייסעס קעיק באהבה וחיבה

ס'איבעריגע א גארבידש דערפאר

עמוד ליכט פאר א סיבה

אההה אזא פיינעם ציגאר

מ'האלט ביי לעילא מכל ברכתא

מ'הערט קלינגען מ'זעהט בליטשקען

ס'איז דאך נאר לצורך פרנסה

קיינער וואגן צו שושקען

פארקינג וועט ער טרעפן איבעראל

ממש ווי א מומחה

פארקן ביים שכן פון זאל

כ'דארף אריינגיין צום שמחה

שמועות דרייען זיך גאר אינטרעסאנט

די צוויי זענען חבירים

א שידוך מ'רעדט גאר געשפאנט

אבער... ניין! אנע הסברים

א פארלייכטערונגס קרעכטץ כ'לאז ארויס

שטעלט אייך פאר אצינד

די שידוך ווערט נישט אויס

איבערעסיאר געבוירן א קינד

רבותי איר אלע זענט עדות

שפינט ווייטער דעם פאדעם

א קאמבינאציע פון אזאנע זיידעס

און איין בן אדם

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:32 pm

@ארחיקה
הערליך! טאלאנטפול!

ווארט מיר אויף א שטיקל הבל קאקאש דא אין גראמען צולייגט....
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:00 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:@ארחיקה
הערליך! טאלאנטפול!

ווארט מיר אויף א שטיקל הבל קאקאש דא אין גראמען צולייגט....


א שכח!

המממ הבל קאקאש?? סידאך א ריזיגס.. בלויז די קאמפלימענטן ברויכן א גאנצע אשכול...

אבער... עוד חזון למועד. אי"ה


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט