בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:04 pm
דורך פעדער
אבער שאלת חכם'ס תקנה בלייבט.
פיהר שורות קליפ, קלאר.
פינף, פיהר, אזוי ער שרייבט.
פלוס. צודעם, שלאג כ'פאר.?!
===========================
אלע פיהר ברויכן דעריבער שטימען
מיט דעם ערשטנ'ס פיהר,
וויזוי זיך פירן יעדער שטימען.
אזוי מתקן זיין זאל'מיר?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:12 pm
דורך יואל ווייס
מומחה, ווידער א ווארט פארזען
אנשטאט פיר, געשריבן דריי
כ'האף ס'וועט מער נישט געשען
געב נאכאמאל א 'טריי'
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:16 pm
דורך שמערי בערי
איך טו דאס אצינד פרובירן
אפשר וועט עס גיין
א שיינע שורה צו פארמירן
זאל זיין מלא חן
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:19 pm
דורך פעדער
שמערי בערי טוט שיין פירן
א שמועס זייער שיין
כ'זעה ס'טוט אים יא אינטערעסירן
ס'ארבעט זיך ארויף פיין
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:23 pm
דורך פעדער
אצינד דער נעקסטער פאנגט אהן
א פרישע שורה, נייע
ס'האט גארנישט מיט פריער צוטאן
אבער פיהר אין רייע.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:27 pm
דורך יואל ווייס
שמערי, מה נאמר ומה נדבר?
זאגסט דאך אזוי גוט
ביזט דאך אן אויסגעצייכנטער שרייבער
גיי מיט פעסטע טריט
---
פעדער האקט; 'איי דאנט קעיר'
איך שיק די תגובה
כ'מיין עס איז זייער 'פעיר'
כ'ערווארט נישט קיין תשובה
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:34 pm
דורך פעדער
יואל כ'וועל דיך עס געבן
דערויף האב איך געווארט
כ'האב געהאט בלויז איין שטרעבן.
הערן תשובה כ'האב געגארט
-----------------------------------
אצינד כ'סטאפ דערמיט שוין זאפארט.
כ'זעה, דאס נישט מ'גלייכט
כ'סטאפ שוין האקן אויפן ארט
דא תשובתי האסט עררייכט.
----------------------------------------
כ'פארשטיי דער ציבור צופרידן איז.
בלויז ווען מ'גראמט אליין.
אהן פרעשור אז נאך מ'מוז
למקודם, אין באציהונג זיין
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 9:01 pm
דורך יואל ווייס
פעדער, איך בין מיט דיר
זיי מיר נישט נבוך
פיל שענער א לאנגער שניר
וחד בחד כי סביך
---
מיין תגובה צוויי דריי צוריק
צוליב "לפחות הודעה אחת"
האב איך געזאגט "איך שיק"
אל אירא ואל אחת
---
הייבט אן דעם קייט וועבן
אבער, טראכט גוט אריין...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 7:15 am
דורך msp
פיין צוזאמען צו קענען לעבען
נישט מאכען יענעם פיין
איש לרעהו מאכען גוט פיהלען
דאס דארף יעדער ציהלען
חברים כל ישראל ונאמר אמן
משיח וועט קומען גיין
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 12:18 am
דורך שטארק זיך
שא... קיינער זאל נישט שטיפן
...
אמת פי, האט אריינגעטרעטן.
...
גראמען האסטו פארגעסן צו איבערהיפן,
...
האלטן תקנות וויליך בעטן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 1:15 am
דורך שמערי בערי
אוי גוטע ברודער, הארציגע ברודער
איינס צוויי דריי פיר
עס איז שוין צייט אויפצושטיין
איינס צוויי דריי פיר
איי ס'שטימט נישט פרעגט איר?
זאג איך אצינד קלאר
ס'איז אבער פינעף און פיר
און האטס מיר אלע א גוט יאר
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 4:30 am
דורך msp
שטארק זיך ביזט דאך גערעכט
מיין טעות איז ביטער
איך האב נישט געמיינט שלעכט
מיין כוונה איז אגוטער
ראש השנה קומט צו גיין
מ'דארף לזכות זיין דן
וועט אזוי אין הימעל זיין
דאס איז אונזער פלאן....
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 1:51 pm
דורך פעדער
אלזא וועלמער זיך אינטערגארטלען עכט,
ס'כאפט דאך א ציטער
דו האסט דאך יא רעכט
על אחד לא וויתר
וזה על מה שאירע בין
אדם לחבירו, - געטשעפעט אריין,
אפ' אינעם יום הדין אליין
הקב"ה אינו מכפר דאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 2:06 pm
דורך שטארק זיך
אזוי צום יום הדין צוגיין
...
אין ריכטיגן וועג שפאן
.............
בושה וכלימה איז אונז מכסה,
...
אויף מעשים פון יאר.
(נעקסטער מגיב: וועב ווייטער מיין התחלה)
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 2:08 pm
דורך שמערי בערי
די אויגן פון טרערן נאסע,
מ'מאכט א חשבון קלאר
===
א יאר אזוי שווער געווען
תכלה שנה וקללותי',
(נעקסטער מגיב: וועב ווייטער מיין התחלה)
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 11:21 pm
דורך יואל ווייס
וארורותי'.*
---------------------------------------
זע אונזער ווייטאג, אונזער pain.
תפלתינו: 'תחל שנה וברכותי'.
.........
מיר וועלן שוין וואויל זיין
באשעפער, מאי דהוה הוה
...
לייכט אויף אונז א שיין
ונשוב אליך בתשובה מאהבה
.......
אויף דיין פאלק האב רחמנות
לברית הבט ואל ליצר
--------------------------------------------------------------
* שמערי, עס האט געפעלט דער פערטער ווארט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 12:04 am
דורך שטארק זיך
ווייז שוין דיין גרויסע סלחנות,
...
באפריי אונז מן המיצר
=====
אמרו לפני מלכיות שתמליכנו עליכם
...
נאר דו ביסט אונזער קעניג.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 3:04 am
דורך msp
עס זאל שוין זיין בחייכם
שוין פיהל צרות - גענוג...
יכירו וידעו כל יושבי תבל
עס וועט זיין קלאר
דער רעשט איז אלץ הבל
אין דער קומענדיגע יאהר
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 7:10 am
דורך יואל ווייס
ויקבלו כולם את עול מלכותיך
מיר בעטן זיסער טאטע
אלע פעלקער איינזען, כוחך וגבורתיך
ולבם לטובה עלינו תטה
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 7:55 am
דורך msp
ווער קען אזוי גוט גראמען
ווי אונזער רבי יואל
אזא פארגענוגען צו זיין צוזאמען
געזונטערהייט עד ביאת הגואל
דעמאלס וועלען מיר נישט דאגה'ן
צו בלייבען שטרענג אנאנים
מען וועט זיך דאן דערוואגען
רעדען פנים אל פנים
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 8:04 am
דורך פעדער
יואל ווייס האט געשריבן:ויקבלו כולם את עול מלכותיך
מיר בעטן זיסער טאטע
אלע פעלקער איינזען, כוחך וגבורתיך
ולבם לטובה עלינו תטה
תקבל ברחמים וברצון תפילת עמך
זיי משפיע מעילא לתתא
מלוך על כל העולם בכבודיך
ויכירו כול במלכותך מעתה
-------------------------------------------
ועתה כשיום הדין ממשמש ובא
אט, שטיימיר ביום הדין
דארף מען טוהן ווידו דא.
און באמת תשובה טון
==============================
אויב חלילה געגעבן עמיצן דזשאָכעס
פארמיטן פון עמיצן גענאדע.
נישט געלערנט, געדאוונט, געבטל'ט להָכעיס
וכפר בעד ביתו ובעדו
--------------------------------------
מ'בעט הס קטיגור וקח סניגור
זאג לבך חוסים - סלחתי
מיר פארשפרעכן , טוישן אונזער שטייגער
דרך חדשה וישרה לקחתי
-------------------------------------
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 8:29 am
דורך פעדער
msp האט געשריבן:ווער קען אזוי גוט גראמען
ווי אונזער רבי יואל
אזא פארגענוגען צו זיין צוזאמען
געזונטערהייט עד ביאת הגואל
דעמאלס וועלען מיר נישט דאגה'ן
צו בלייבען שטרענג אנאנים
מען וועט זיך דאן דערוואגען
רעדען פנים אל פנים
לאמיר זיך צונויף רעדן ביינאזאמען
וירא הקהל וישפוט ה-כּול
ער איז נישט מבּין האויסנאמען
דו ווייסט דאס וואויל.
--------------------------------------
דו קענסט אויך בכל התגין
מאכן חרוזים, כאריות ישָנים
ס'איז זעכער אהן קיין פראגן
כולם יעידו זקנים ובנים.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 9:24 am
דורך msp
הלוואי וואלט אויך אין דרויסען
אלע זיין אזאלכע פריינט
לויבען ידער איינער אין גרויסען
מאכען יענעמס פנים צושיינט
וואלט דאך שוין משיח געקומען
אויב ויחן שם ישראל
לאמיר אלע זיין צוזאמען גענומען
וועט זיין גוט אלעמאהל
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 11:08 pm
דורך שטארק זיך
ווען דער עגא טוט ארויפשווימען,
...
ווערט דער מצב שמאהל
===
ותן בליבי אמונה הכנעה וענוה
...
שנעלער צום אמת גרייכן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 12:13 am
דורך שמערי בערי
זיצן און לערנען אביי ורבא
מיטן גמרא דעם רייכן
=
מיר זאלן האבן די זכי'
טאקע נאך היי יאר