Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג דצמבר 01, 2013 12:58 pm

איך קען נישט זען מיין אוועטער...

#משומר+Jnet

Advertisement

זונטאג דצמבר 01, 2013 1:56 pm

ניק ניק האט געשריבן:איך קען נישט זען מיין אוועטער...

#משומר+Jnet

גיי צום שפיגל.

זונטאג דצמבר 01, 2013 2:04 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ווער עס וויל מיר מאכן א נייע אוועטער, נאר ווער ס'וויל, איז מכובד צו שיקן אין אימעיל אריין צו ר' שמעלקא, א פרייליכע חנוכה.


ר' שמעלקא זוכט א בילד ווי ער שטייט ביים שטענדער....... באמת לאזט ער נישט כאפן קיין בילדער, אבער מען זוכט א שבת (בילדער) גוי וואס האט יא געכאפט א בילד.

דינסטאג דצמבר 17, 2013 4:29 pm

א דאנק ר' מומחה פארן כאפן אזא בא'חן'ט בילד ווי איך שטיי מיטן קאלפיק אין א שנייאיגן ווינטער טאג.

דינסטאג דצמבר 17, 2013 4:35 pm

בערקא האט געשריבן:א דאנק ר' מומחה פארן כאפן אזא בא'חן'ט בילד ווי איך שטיי מיטן קאלפיק אין א שנייאיגן ווינטער טאג.

פשי הא! א רביש אייניקל!

דינסטאג דצמבר 17, 2013 4:59 pm

ביזט שוין א חתן אדער ביי ענק גייט מען פון די בר מצוה?

דינסטאג דצמבר 17, 2013 5:04 pm

ביינונז גייט מען אין שידוכים פון די בר מצוה

מיטוואך דצמבר 18, 2013 3:47 am

אזוי ווי אין ירושלים איז מען צו די בר מצוה שוין געגאנגען מיט א גאלדענע זייגערל....

מיטוואך דצמבר 18, 2013 4:13 am

msp האט געשריבן:אזוי ווי אין ירושלים איז מען צו די בר מצוה שוין געגאנגען מיט א גאלדענע זייגערל....

און אויך מיט א שטריימל...

מיטוואך דצמבר 18, 2013 8:38 am

ריכטיג ריכטיג

ווייסט וויאזוי מען קען ביי די ר' אהרלאך דערקענען א חילוק צווישען בחורים און יונגע לייט?
די בחורים גיין שווארצע זאקען און די יונגעלייט ווייסע

מיטוואך דצמבר 18, 2013 2:24 pm

ריכטיג

נאך א זאך, אבער דאס באמערקט מען שוין נישט אזוי שנעל, בחורים גייען נישט א וועסטל אונטערן קאפטן, יונגעלייט גייען יא

שבת דצמבר 21, 2013 9:02 pm

בערקא האט געשריבן:א דאנק ר' מומחה פארן כאפן אזא בא'חן'ט בילד ווי איך שטיי מיטן קאלפיק אין א שנייאיגן ווינטער טאג.

און פאר דיר קומט זיך אויך א שכוח פארן שיין שמייכלען :P

זונטאג דצמבר 22, 2013 12:33 am

ס'פעלט אויס צי טוישן מיין אוועטער, אדער לאז געמאכט ווי ס'איז ?

זונטאג דצמבר 22, 2013 12:51 am

פלעכטער האט געשריבן:ס'פעלט אויס צי טוישן מיין אוועטער, אדער לאז געמאכט ווי ס'איז ?

דאס איז דאך ונזער באקאנטער באליבטער פלעכטער פון די יונגע יארן, ווי איז שייך א בעסער בילד פאר "פלעכטער"?

זונטאג דצמבר 22, 2013 9:27 am

פארצייטישער איד, א שיינעם אוועטער אהערגעשטעלט!

זונטאג דצמבר 29, 2013 2:16 pm

מיט עקסטאז און פרייד, מיט צאפלדיגע הערצער און געשפאלטענע קלאען, מיט א געבויגענעם קאפ און אפגעהאקטע הערנער, מיט א ווייעכע צינג און הארטן גענאק, מיט צעשפרייטע הענט און פארגלייזטע אויגן, מיט פארהויכעטע אויגן-גלעזער און אפגעפיצטע בארד, וכ' וג' ואכמ''ל, וויל איך דא בשער בת רבים (מיינ'ס א קרוב, זי הייסט נאך די באבע) אויסקוועטשן און אויסרייבן א ריזיגן יישר כח, פאר חברינו היקר, נודע בשערים, נוסע בן נוסע, אוכמתא בת אוכמתא, פה מפיק מר גליות, הרבני הוואטעווער המכונה רייזנדער תלוש"ה, פאר'ן מיר צושטעלן א בעלבאטישן צוגעפאסטן אוועטער, לשמי ולזכרי, ולשנים טובים וארוכים.

ענדליך נאך לאנגע חדשים ווואס איך דריי זיך ארום ממש אנטבלויזט, איך שפיר זיך ווי א נאקעטער אויפ'ן מארק, האב איך באקומען א שטיקל צורה, וואס ווארפט א שטיקל בילד (גיט אכט ס'זאל נישט טראסקען אויף ענק,) וואס אני הקטן שטעל מיט זיך פאר, מיינע פעולות מיט וואס איך פארנעם זיך דורכאויס'ן טאג.

ווי איר זעהט בין איך א פארנומענער מענטש, און דערוילעם ווערט פארבעטן אויסצופאלגן די הארצרייסענדע ביטע: do not disturb!

נאכאמאל טענקס א מיליאן רייזנדער.

זונטאג דצמבר 29, 2013 2:19 pm

;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@

גלייכי מען קען דיך נישט האבן דא אפטער? נאר צו אוועטערן ביזט דא? זיי מוחל ווארף ארויף עפעס קרעטשמיש.

זונטאג דצמבר 29, 2013 2:58 pm

מצב כללי האט געשריבן:;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@

גלייכי מען קען דיך נישט האבן דא אפטער? נאר צו אוועטערן ביזט דא? זיי מוחל ווארף ארויף עפעס קרעטשמיש.

;k9; ;k9; ;k9; ;k9; ;k9; ;k9; ;k9; ;k9; ;k9; ;k9; ;k9;

זונטאג דצמבר 29, 2013 3:20 pm

עפעס פאר מיך?

מאנטאג דצמבר 30, 2013 9:18 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:עפעס פאר מיך?

נא?! העלפט צו גרויס מאכען זיין/מיין נאמען

מאנטאג דצמבר 30, 2013 10:06 pm

גענוג גרויס...?
עטעטשמענטס
tld-name1-1.png
tld-name1-1.png (6.01 KiB) געזעהן געווארן 126 מאל

מאנטאג דצמבר 30, 2013 10:23 pm

אה עפעס רירט זיך! א גיטע התחלה

זונטאג ינואר 05, 2014 11:02 am

להגדיל שמו האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:עפעס פאר מיך?

נא?! העלפט צו גרויס מאכען זיין/מיין נאמען

גארנישט?!

זונטאג ינואר 05, 2014 3:31 pm

להגדיל שמו 2.png
להגדיל שמו 2.png (11.87 KiB) געזעהן געווארן 260 מאל

גוט?

זונטאג ינואר 05, 2014 5:16 pm

זייער גיט ישר כוח הרב בערקא.
שרייב א תגובה

Advertisement