נאך גראמען...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

נאך גראמען...

תגובהדורך פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 12:45 pm

אלעס האט ניגונים, אבער היות ס'איז במילא נישט נוגע, וויבאלד ס'איז צו שווער צו זינגען אהן הערן בעפאר, דעריבער וועל איך בלויז אראפשרייבן די גראמען.

אך זעה אויף דיר. אז עפעס ליגט אויף דיין הארץ
עס קוקט מיר. אויס אז דיין וועלט איז פאר דיר שווארץ
אין דיינע אויגן טוט גלאנצן א טרער
דיין אמשולדיגע נשמה בלוטיגט שווער

הער מיך אבער צו
לייג צו קאפ יעצט צו מיר
ס'איז נאך דא ערגעצוואו
באהאלטן אינסייד אין דיר
עפעס זעלבסט זעכערקייט
און א העכערקייט
זיי דיך נאר מחזק גיין ארום מיט א פרייליכקייט

צומאל דו קוקסט אויף יענעם
ער האט א טאלאנט
ער האט פיהל פריינד מ'קען אים
ס'מאכט אים באקאנט
וויסן זאלסטו, דו האסט אויך אין דיר
א טייערע בריליאנט, אהן א שיעור.

דו דארפסט נאר איין זאך
אליין עס איינזעהן
אנטוויקל דיין פאך
וועט עס געשעהן
יעדע מענטש האטצעך
א כשרון זיינע
שווער גלייבן לאצעך
אז דו האסט נישט דיינע
----------------------------------------------------------------------
די יארן לויפן שנעל פארביי
איינס צוויי דריי . איינס צוויי דריי.
וואס נאר דו טוסט
ווער אימער דו ביסט
אויף אלעם דו וועסט
א חשבון געבן

סאָ ניץ דיין פארשטאנד
פאנג אהן פון היינט
טריי דיין בעסט
פאר א גוט לעבן

ווען די צייט עס קומט
דערלעבן מיט געזונט
דאן איז גוטס באשטימט
יא! דו האסט זיך עס פארדינט

באלד באלד, ווערסטו אלט,
ס'איז נישט ווייט
ס'איז שוין צייט
ווער א לייט

ווייל ווי מער האסט עררייכט
און אין לעבן דערגרייכט
אלס מער שכר און פראכט
אויף דעם ארויף מ'מאכט

ווי לאנג דו ביסט יונג
געזונט פריש און פלינק
גיב אכט אומבאדינג
ס'איז ווערט די באמיהונג

און דאן אונטערן זוהן
וועט מען הערן א ברים
שיקן בליקן אומטעטום
פון וואנעט און וואוהין
א שניי ווייסע פערד
דער קול שופר מען דערהערט
אויסגעלייזט מען ווערט
און לאנד צוריק געקערט
-----------------------------------------------
ניגון - כי אתה הוא מלך
געווען אמאל א איד א גרויסן בנין געהאט
זייער אסאך שטאקן גאר הויעך
מיט זייער אסאך פענסטער, אויף יעדן זייט
פונדרויסן וואשן ס'קאסט אים א סאך כח

ער גייט אויפ'ן גאס און טרעפט א יונגן גוי
כ'וויל זאלסט מיר די פענסטערס אפוואשן
ס'איז א גוטע ביזנעס ס'לוינט זיך דיר אזוי
מיט געלט דו וועסט אנפילן דיינע טאשן

מיט א ראבער בענד שטארק לאנג און ברייט
וועסטו זיך אראפ לאזן פון דאך
מיט א שמאטע וואשן כ'האב עס אנגעגרייט
יעדן פענסטער אפציוואשן צום זאך

ווייל די גומי וועט זיך אויסציען שטאטעלעך
יעדן פענסטער וואשן וועסט האבן גענוג צייט
ער לאזט אים אראפ פון דאך צוביסעלעך
ס'איז 50 שטאק דער גוי האלט שוין ווייט

דער גוי ער ארבעט ביטער שווער
אויף א דינע ראבער ער סווינגט
מיט א שמאטע ער ווישן אהין און אהער
צווישן הימל, און ערד ער הענגט

אינמיטן דעם בנין דער איד ער זעהט מיט שרעק
ווי די ראבער טוט זיך שטארק אויסציען
נאך אביסל אין די גומי נעמט א עק
און דער גראבע גוי וועט אראפ פליעהן

ער שרייט אראפ צום גוי
אויף דיין טויט מאך דיך גרייט
דער גוי הערט אויס, און נעמט זיך שטארק צו לאכן
דער איד פרעגט וואס לאכסטו-
דו ביסט דאך צודרייט

איך לאך ענטפערט די גוי צוריק
ווייל אויב די גומי, וועט זיך צורייסן-
וועסטו כאפן אזא ציפ, אזא פליק
און די וועסט זיך גוט צובייסן
-----------------------------------------------------------
ניגון -יו"ט עהרליך- שבת- הערט אויס ליבע אידן.

געווען א איד אמאהל
פלעג פארן בארג און טאל
איז ארומגעגאנגען פון שטאט צו שטאט
א בעל דרשן א גוטער
אין יעדן דערפל טוט ער
צוגיין צום ביהמ"ד גלייך צו שמש גראד

הערט אויס נעמט און אכט
ביי מנחה מעריב ביינאכט
א מוסר שמועס, א דרשה פארן עולם כ'וויל זאגן
אזוי פרנסה, האט געמאכט
יעדער, נדבות האט געבראכט
אזוי האט ער צום לעבן געטוהן פארמאגן

איינמאל אינמיטן וועג
האט א מעשה פאסירט
פון הימל האט מען פאר אים צוגעפירט
סאיז נאכט געווארן אינמיטן וועג
ס'איז אלעס ארום טינקל יעדן וועג, און יעדן שטעג

הוי הוי...ער פארט און נענטסטן דארף אריין
אין יעדן הויז ער קוקט זיך איין
ער זעהט דארט אז ס'טוט נישט וואוינען קיין איין איינציג איד
הוי הוי...ער קלאפט אריין צום גוי
איך בעהט דיך אזוי
דא ביי דיר לאמיך שלאפן איך בין זייער מיד

דער גוי פירט אים אין שטאל
נאר דא קענסטו שלאפן ווייל
ביי מיר אין הויז נישטא קיין פלאץ
און דא בין איך אויך א גוטער
א גרויסע קי דארט שטייט
א בארג שטרוי אין דער זייט
צוקייט די שטרוי און שלינגט די וואסער, ס'ווערט אים זייער ביטער

הוי הוי ..אין וואנט ער זעהט א טשוועקל
און הענגט דארט אויף זיין רעקל
ער פאקט זיך שלאפן, און שטארק דערשראקן
וועקט זיך אויף צופרי

הוי הוי...ער הערט ווי איינער קייעט גאר הויעך
צוקייעט עפעס מיט כח
ער דרייט זיך אויס און זעהט דערשראקן אז ס'איז דער קי
דער קי האט גוט צוקייט זיין רעקל
אין זיין טאש, און אין זיין פעקל
ער כאפט זיין רעקל, און יאגט אוועק, ער לויפט ווי פון א פייער.
ער קומט אין שטעטל אריין
צום ביהמ"ד גייט צו דאן
הערט אויס שמש: איך וויל א היינט, א דרשה האלטן זייער.

יעדער איינער קוקט אים אהן
ווען די דרשה ער פאנגט אן
ער זוכט ארום זיין דרשה צעטל ער קען ווייטער נישט זאגן
ער טרעפט עס נישט זעהט ער
די קי צוביסן האט דאס פעיפער
ער קען שוין אט די בושות דארט, נישט פארטראגן

הוי הוי ....פארן עולם ער שרייט אויס
רבותי הערטס מיך אויס
די דרשה וואלט באמת געדארפט זיין זייער שיין
נאר איין זאך נעמט אין אכט
אויב וועט א קי היינט ביינאכט
קומען א דרשה זאגן דא
זאלט עטס וויסן אז ס'איז מיין
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובהדורך חלפתא » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 12:51 pm

;l;p-
לעצט פאראכטן דורך חלפתא אום מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:55 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 5:18 pm

פעדער דאפלט איז שטערקער עס איז מורא'דיג איינס נאכן צווייטן א אשעכח

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 12:38 am

שכוח פעדער, אויב מעגליך שרייב צו נעבן די ניגון אדער אויפן קעפל, ווי מ'קען ניצן די ניגון, און פאל איננער וועט עס זיכן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה ידידות און 10 געסט