דעם דאיענ'ס באזוך ביי מאשקע'ן און טאגליכט
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 27, 2007 4:43 pm
סארי, פארגעסן צו באטאנען, דאס איז לכבוד מיין 3500 תגובה.
א גוטן פורים אלע חבירים פון די היימישע קרעטשמע והגלילות.
באמת אריין ווייסעך נאך נישט וויאזוי כ'גיי עס באשרייבן. אבער להיפטר בלא כלום אי אפשר.
ווער עס ווייסט ווייסט, אז דער דאיען מיט מאשקע'ן האבן פערזענליכע פארבינדונגען. מ'שטיינס געזאגט, דער דאיען האט די פריוואטע נומער פונ'ם קליינעם מאשקע'ן. און די זעלבע זאך איז הפוך על הפוך אזוי צו זאגן: דער קליינער מאשקע, האט די פריוואטע סעל נומער פונ'ם דאיען. די קשר האט זיך אנגעהויבן נאך אין די צייטן ווען מאשקע איז געוועזן א קליינער. ווער געדענקט דען נישט וויזוי דער דאיען האט זיך משעשע געווען מיט'ן קליינעם מאשקע'ן. ער האט איהם פארהערט די סדרה אלע וואך. איי איז געשמאק געווען דאס קנעפל אין בעקל דערנאך.
אקיצער, פון דארט און ווייטער איז פאלג מיר א גאנג, דער קליינער איז גאנץ געך געווארן א גרויססער מאשקע. ער האט גאר גוט אויפגעכאפט די מאשקע פאך, זיך צוגעשטעלט דארט אויבן ביין קאאנטער, און טיילט און טיילט משקה אנע שיעור. נו דער דאיען קומט דאך כסדר נאך א גלעזן, איז אלעמאל זעצט זיך מאשקע אנידער קייגן איבער, גייט איבער אלע שאלעס וואס האבן זיך אנגעזאמעלט אזוי מעשעכען צייט וואס דער דאיען איז נישט געווען צום באוואוסטזיין.
מ'קען דאך אבער נישט אזוי, שרייעט מאשקע אויפן קול. נעכטן נאכט איז געווען דא א צוזמענקום, און גארנישט דער דאיען האט גארנישט מגיב געווען, סיז געווען שאלעס יעדע מינוט. אקיצער, דער דאיען האט זיך בארעכנט, איינמאל פאר איינמאל, און אנידער. ער האט געגעבן דעם מאשקע'ן די פריוואטע סעלפאון נומער. נו א מאשקע אידאך נאר א מאשקע, אזוי ווי ער הערט נאר עפעס וועגן דעם דאיען, אפילו ער זאל נאר הערן סאכדעס'לען, תיכף איז ער דארט מיט א ווארט, צו א שאלע, צו א חידוש זיינער, צו סתם א גוט ווארט. אבער געווענדליך דויערט איהם ביז ער הערט עפעס צוריק.
אלזא האט ער זיך אויסגערעדט דאס ביטער הארץ פאר א תגובה זיינעם, און דאס איז אנגעקומען צום אויער פון דאיען. האט דער דאיען באשלאסן, גענוג איז אסאך, און דער דאיען האט אונטערגענומען א נסיעהל'ע. אלעקסיי האט איינגעשפאנט פערד און וואגן. און ויסע ויט ויבוא וילך, מיט קפיצת הדרך האט דער דאיען געמאכט די וועג פון מאנטריאל אין קנאפע פינף מינוט. און די פערד שטעלן זיך אפ טאקען פונקט ביי מאשקעלעס הייזל ביינעק דארף, הארט נעבן די קראטשמע.
דער דאיען בכבודו ובעצמו, מיט די כבוד און די ביינער, קלאפט אן ביי מאשקען. ווען איר זאלט נאר האבן א מושג אין וואס פאר א פראכטפולע דירה מאשקע וואוינט, העט איר ווען מער כבוד איהם געגעבן. אינדרויסן קוקט עס אויס טאקען אזוי מאשקע'נדיג, אזוי איינפאך און פראסט. איי איי איי וואו זאל איך אנהויבן צו פארציילן. ערשט קומט אן אין די קארידאר'ן וואס שלענגלן זיך לענגער ווי דער גלות, איין טיר אין די צווייטע. דערויף קומט מען שוין ענדליך אן אין דעם גרויסן אויפנאמ'ס צימער. די גאלד באציר'ן די ווענט, די גלאררייכע הענג לייכטער הענגן אן אויפהער. וואס שייך צו רעדן? די הערליכע טישלעך געמאכט פון מעהאגעני האלץ אימפארטעט גלייך פון איטאליע. די גאטרדזשזעס נידריגע טירלעך (וואס גייט אזוי זיגזעג) וואס באצויבערן יעדן צוקוקער. וואס מ'האמיר געמערקט באלד ביין אריינקומען, איז געווען דאס וואס מ'געפינט נישט אזוי ביי יעדן איינעם אין אויפנאמס צימער. א ספרים שאפע, יא אזוי ווי איר הערט. א געהעריגע שאפע מיט אלע צוגעהערן. א הערליכע שאס דערינען, און אויך א שולחן ערוך. עס קוקט אויס אז מ'איז ביין דאיען אינדערהיים.
גאר מערקוועדיג איז געווען וויאזוי מאשקע, האט זיך באלד געזעצט אזוי זייטיג, כאילו ער איז בכלל נישט באלעבאס דא. און דער דאיען ווי פארשטענדליך האט זיך געזעצט אויבן אן ביין אוועל טיש אינמיטן צימער. דא מערקן מיר וויאזוי מאשקע האלט אינמיטן צושטעלן א מאסקע פאר זיך אויף פורים, אזוי מיט איין אויער. - דער דאיען האט איהם באלד געזאגט: דארפסט דיר קויפן ספעציעלע ברילן וואס האט נאר איין הענטל. - וואס איז א בחי' פון א גרינע מענטשלע. דאן האט דער דאיען פארפירט א טיפע שמועס מיט מאשקע'ן איבער די מספר פון צוואנציג טויזענט. איי האט זיך געווארפן דארט כתבי הארי אויף פורים און אויף פסח, און וואס נישט. ערגעץ אינמיטן איז אנגעקומען א דעפעשע פון שוועמל'ן אז ער האט אן איבריגע מאניטער. דער דאיען האט זיך צושריגן בזה"ל: אחשסכלאנטטזהי פלזך פלזך, לטמטה בלטאתט לזך לזך. און שוועמל האט זיך דערשראקן פונ'ם זעץ, ער האט געמיינט אז די דעפעשע אויף קריק וועט באונסן א_ווי דער טשעק וואס ער האט ערהאלטן פון זיין בעל חוב יענע וואך. דער דאיען האט יעמאלט אויפ'ן פלאץ געשיקט איבערבעטן שוועמל'ן, און לכבודו ארויסגענומען א פסחים גמרא פון שאפע. און אויפ'ן פלאץ מחדש געווען א חידוש אין די סוגיא פון רבי חנינא סגן הכהנים ערגעץ ביי דף יד עמוד ב. און דאס איהם באלד געשיקט מיט א ווארימע ברכה.
אויך האט מען שטארק אנגעמערקט אז איבעראל אין דעם הערליכן פאלאץ איז שוין פסח'דיג, עס איז נישט געווען צו באקומען אפילו א ברעקל חמץ. דאס צייגט אויף די זהירות פון די קרעטשמע מיטגלידער נישט אנצולייגן אויף די בני בית די לעצטע מינוט די שווערע ארבעט.
דערויף האט זיך דער דאיען געזעגנט פון מאשקען, און געוואונטשן ברכות לרוב. מאשקע האט נישט פארגעסן מיר צו בעטן אז כ'זאל עס באשרייבן אקוראט א_ווי ס'האט פאסירט, כ'זאל נישט צולייגן און נישט אראפנעמן. איז אזוי, צוגעלייגט האביך זיכער גארנישט, אבער אראפגענומען, קען איך נישט נעמן אחריות.
און אז דער דאיען איז שוין געווען אין דארף, איז ער צוגעגאנען צו טאגליכט אין אפיס, אהה דאס איז שוין א בחי' אחרת לגמרי. די גאנצע פאלאץ פון מאשקע'ן קען זיך פארשטעקן פאר די אויפנאמ'ס צימער פון טאגליכט. אין איין ווארט געזאגט: אן אויגן פארבלענדעניש. רייכקייט אזש מ'קען פליען פון איין עק צימער ביזן צווייטן מיט א פליגער באשטעלט ביי טאגליכ'טן. דארט האב איך שוין נישט געקענט מיטהאלטן, דער דאיען האט זיך געמורקעט מיט איהם אהער און אהין, א_ווי צוויי ל"ו צדיקים. כאב נאר געציטערט כ'זאל זיך נישט נעמען פליען אין די לופט אנע פליגער. לבסוף האט טאגליכט געגעבן א פדיון פאר'ן דאיען, און געשריבן א קוויטל. און דער דאיען איז ארויס אזוי בשתיקה. והדברים עתיקים.