בלאט 1 פון 5

זאכן וואס איך וויל נישט וויסן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:47 pm
דורך קרעמער
אין ליכט פון די גרויסע הצלחה פונעם דערנעבנדיגן אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן", און אין ליכט (דאס איז שוין די צווייטע, איינס קעגן זכר און איינס קעגן שומער) פון די לעצטיגע סטיל אז מען פרובירט צו גרינדן אשכולות מיט קעפלעך וואס זענען אין קאנטראסט צום קעפל פונעם אנדערן אשכול, שטעלן מיר אייך פאר א פרישן אשכול וואו איר קענט אריינשרייבן אלעס וואס פאראינטערסירט אייך נישט און איך ווילט בכלל נישט וויסן...

ובזה החלי:

איך וויל נישט וויסן

...וואס מיין שכן טוהט ביז עלף אזייגער, ווען ער רירט זיך ענדליך ארויס פון שטוב מיט טלית און תפילין

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:51 pm
דורך גרויזאמער
אויב דו וואוינסט נעבן דיך, פארשטיי איך דיך זייער גוט פארוואס דו ווילסט נישט וויסן, איך בלעים דיך נישט, איך וואלט נישט אנדערש געהאנדלט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:57 pm
דורך SPUSMN
איך וויל נישט וויסען וואס יענער טראכט אויף אן אמת, ווייל דענמאלץ וואלט איך עס נישט אויסגעהאלטען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:03 pm
דורך מר. קליען
איך וויל נישט וויסן וואס נאך קרעמער וויל נישט וויסן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:06 pm
דורך קרעמער
איך וויל נישט וויסן פון וואו מר. קליען נעמט אלע זיינע היכי תמצא'ס (א פליק פאר א פליק)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:07 pm
דורך מר. קליען
איך וויל נישט וויסן פון וואו קרעמער נעמט אלע זיינע תגובות (א פליק פאר א פליק פאר א פליק)

עניוועי וואס איז שלעכט אז א מאמע העלפט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:25 pm
דורך bailout
איך וויל נישט וויסן פארוואס קרעמער האט נאכנישט געעפנט ''אין די אשכול מעג מען שרייבן מער ווי פינף ווערטער'' אשכול.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:37 pm
דורך מר. קליען
וואס וועט זיין מיט די זאכן וואס איך ווייס נישט צו איך וויל וויסן צו נישט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:46 pm
דורך SPUSMN
דאס פארדינט אן עקסטרע אשכול

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:17 pm
דורך פעדער
און וואס איז מיט אן אשכול פאר "זאכן וואס איך ווייס" אוי דאס וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן..זינט יעדער ווייסט אלעס..

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:40 pm
דורך ווינקל
איך וויל נישט וויסן וואס דער עולם טראכט ווען מען ליינט מיינע שטותים אויף אייוועלט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:43 pm
דורך פעדער
איך וויל נישט וויסן , ווער ס'איז אלץ קאמפלעקס, ביי אונז אין קרעטשמע.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:52 pm
דורך יגעתי ומצאתי
פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט וויסן , ווער ס'איז אלץ קאמפלעקס, ביי אונז אין קרעטשמע.

למשל דאס וואלט מיך נישט געאהרט צו וויסן...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:56 pm
דורך יגרסהדותא
איך ציטער צו טראכטן וואס קרעמער האט געטראכט פארן עפענען די אשכול..

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:16 pm
דורך פעדער
איך ווייס: לאמיר טראכטן א מיטל, וויאזוי יגר'ל זאל זיך ענדליך עפענען ס'פיסקל איינמאל פאר אלעמאל.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:24 pm
דורך מי יודע
נאך געבליבן א שלאס אין אפיס פון די הנהלה?

דאס איז אויך פון די זאכן וואס איך וויל נישט וויסן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 6:20 pm
דורך פרנקל
קרעמער האט געשריבן:אין ליכט פון די גרויסע הצלחה פונעם דערנעבנדיגן אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן", און אין ליכט (דאס איז שוין די צווייטע, איינס קעגן זכר און איינס קעגן שומער) פון די לעצטיגע סטיל אז מען פרובירט צו גרינדן אשכולות מיט קעפלעך וואס זענען אין קאנטראסט צום קעפל פונעם אנדערן אשכול, שטעלן מיר אייך פאר א פרישן אשכול וואו איר קענט אריינשרייבן אלעס וואס פאראינטערסירט אייך נישט און איך ווילט בכלל נישט וויסן...

ובזה החלי:

איך וויל נישט וויסן

...וואס מיין שכן טוהט ביז עלף אזייגער, ווען ער רירט זיך ענדליך ארויס פון שטוב מיט טלית און תפילין


לאל, איך זעה אז קיינער באמערקט נישט צווישן דיינע ווערטער דיין היינטיגן טוויט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 6:23 pm
דורך פעדער
יא יא . איך יא. זכור ושומער בדיבור אחד נאמרו. אחד זכר ואחד נקבה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 7:06 pm
דורך קרעמער
איך וויל נישט וויסן די טוויטער הענטלעך פון אייוועלט מיטגלידער

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 7:54 pm
דורך מומחה עצום
יגעתי איך וויל נישט וויסן צו דו ביזט עס דארט אויפן אוועטער דיינעם

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 10:55 pm
דורך יהיה כן
קרעמער
נאך דיין ערשטע תגובה בינעך סך רואיגער....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 11:08 pm
דורך קרעמער
חחח

איך האב פערצופאל גערעדט פון א שכן דא אין קאנטרי, אבער עס איז גוט אז דו ביסט שוין רואיג

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 11:38 pm
דורך שטארק זיך
איך וויל נישט וויסן צו קאדאפי איז ביי דער מאכט!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:03 am
דורך מאשקע
איך וויל וויסן וויאזוי דער עלעפאנט האט זיך אריינגעשטופט אינעם נאדל-לאך.

אופס, ראנג אשכול.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 11:40 am
דורך פעדער