בלאט 2 פון 9

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 1:07 am
דורך קרעמער
איך וויל נישט וויסן פארוואס די ווערייזאן טרעקל אויף ליע און ראדני באאומרוהיגט מאנכע

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 1:18 am
דורך שטארק זיך
איך וויל נישט וויסן:
וויפיל אזייגער עס איז

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 8:59 am
דורך ים רויבער
קרעמער האט געשריבן:איך וויל נישט וויסן פארוואס די ווערייזאן טרעקל אויף ליע און ראדני באאומרוהיגט מאנכע

אוואדאי ווילסטו נישט וויסן ווייל דו וואוינסט דאך אין בעדפארד סטייוואסאן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 9:07 am
דורך פעדער
נאָ! גילו גבולים!!
הרבה כבר גלו בעוון זה, לגליות!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 9:11 am
דורך פעדער
איך וויל נישט וויסן וויפיהל מענטשן גייען געדענקען צו פאלן תחנון ביי סליחות, אויף די לינקע האנט..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 10:14 am
דורך שאלת_חכם
חחחחחח

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 4:03 pm
דורך מר. קליען
איך וויל נישט וויסן וויפיל בלעטער די אשכול פון סעפטעמבער 11 אשכול וואלט געהאט אויב אייוועלט וואלט שוין דעמאלס עקזעסטירט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 6:22 pm
דורך קרעמער
און וואס טוהט מען אז טוויטער האט דאן נישט עקזיסטירט?

האט איין איבערלעבער גע'טוויעט' דעם זונטאג יעדע מינוט פונקטליך וואס ער האט געטוהן אינעם זעלבן מינוט מיט צען יאר פריער

---

צוריק צום ענין: איך וויל נישט וויסן וויפיל זאכן מיין שכן ביי שחרית האט אויסגעלאזט פון סידור צוליב דעם וואס אינעם מנין האבן זיך געפונען מער ווי איין חתן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 3:03 pm
דורך SPUSMN
איך וויל נישט וויסען וואס איך קען נישט פארעכטען

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 3:05 pm
דורך חלפתא
קרעמער, מר. קליען
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 3:08 pm
דורך SPUSMN
און וואס איז מיט מיר? איך וויל נישט וויסען
just kidding

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2011 5:32 pm
דורך שמן למאור
מר. קליען האט געשריבן:איך וויל נישט וויסן וויפיל בלעטער די אשכול פון סעפטעמבער 11 אשכול וואלט געהאט אויב אייוועלט וואלט שוין דעמאלס עקזעסטירט


עס וואלט זיכער שוין געהאט צווויי חדשים פריער קאנספראציעס כעין ה'ווערייזון טרעקל

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2011 5:30 am
דורך msp
מומחה
איך גלייב נישט אז די ווילסט נישט וויסען
מסתמא טיעף טיעף ווילסטו גאר שטארק וויסען
נאר האסט מורא
איז באהאלט זיך גוט אונטער די פערענע....

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 3:50 am
דורך msp
איך וויל נישט וויסען ווי אזוי עס קען זיין אז דו ווייסט נישט אז פערענע אין ירושליימער אידיש מיינט דאכענע אדער צודעק ובלע"ז בעד קאווער....

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:17 am
דורך msp
זאג מיר מומחה
האסט אין אמת'ן נישט געוואוסט וואס א פערענע איז?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 10:46 pm
דורך שנאפס
איך וויל נישט וויסן וואס מיין שכן אין ס'מעדריש האט געטראכט היינט ביי מנחה ביים קלאפן סלח לנו די דריטע מאל...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 10:57 pm
דורך צים פינטעל
כוויל בכלל נישט וויסן פון ווי קרעמער נעמט זוי פיל טינט פאר זיינע תגובות

עכט ווילעך יא וויסן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 10:58 pm
דורך קרעמער
צים פינטעל האט געשריבן:כוויל בכלל נישט וויסן פון ווי קרעמער נעמט זוי פיל טינט פאר זיינע תגובות

עכט ווילעך יא וויסן

האסט נישט מיטגעהאלטן די לעצטע נייעס?
מען קען שוין היינט שרייבן תגובות אנע טינט אדער פאפיר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 11:48 pm
דורך ריק פערי
איך וויל נישט וויסן ווי אזוי קליינע גרינע שימל פינטעלעך האבן זיך באקוועם באזעצט אויף מיין שאלעשידעס בילקע די וואך, און אוודאי וויל איך נישט וויסן ווי אזוי איך האב געשמאק אריינגעביסן דערין אן זעהן אז למעשה עס איך פענעסילין.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2011 4:25 am
דורך msp
איך וויל נישט מעהר וויסען ווי אזוי איז געווען עטליכע צוואנציג יאהר צוריק אין קול תורה ווערעמיגע זופ
און איך האב עס אזוי ליב געהאט אז איך האב געוואלט נעמען א צווייטע פארציע
(די ווערעמלעך האבען אויסגעזעהן ווי טיפישע איזראעלישע לאקשעלעך און הרב נויווירט האט געפסקנט מ'דארף נישט כשר'ן די כלים ווייל זיי זענען נטל"פ....)

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2011 11:08 am
דורך ריק פערי
msp האט געשריבן:איך וויל נישט מעהר וויסען ווי אזוי איז געווען עטליכע צוואנציג יאהר צוריק אין קול תורה ווערעמיגע זופ
און איך האב עס אזוי ליב געהאט אז איך האב געוואלט נעמען א צווייטע פארציע
(די ווערעמלעך האבען אויסגעזעהן ווי טיפישע איזראעלישע לאקשעלעך און הרב נויווירט האט געפסקנט מ'דארף נישט כשר'ן די כלים ווייל זיי זענען נטל"פ....)


פוי!!!!!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2011 11:14 am
דורך msp
יא יא ריק
עס דרייען זיך מיר די קישקעס נאך היינט ווען מ'דערמאנט זיך די מעשה...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2011 1:43 pm
דורך ריק פערי
יא, אוודאי דרייט זיך דיר די קישקעס, ס'דא ווער ס'דרייט זיך דארט...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2011 1:55 pm
דורך שטארק זיך
איך וויל נישט וויסן ווער עס דרייט זיך אין דיינע קישקעס...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2011 2:31 pm
דורך isolated
איך וויל נישט וויסען דעם אמת איבער מיין חבר'ס שלום בית...
בעסער זאל איך לעבן ביז 120 אין א טעות.