Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זאכן וואס איך וויל נישט וויסן

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 1:47 pm

אין ליכט פון די גרויסע הצלחה פונעם דערנעבנדיגן אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן", און אין ליכט (דאס איז שוין די צווייטע, איינס קעגן זכר און איינס קעגן שומער) פון די לעצטיגע סטיל אז מען פרובירט צו גרינדן אשכולות מיט קעפלעך וואס זענען אין קאנטראסט צום קעפל פונעם אנדערן אשכול, שטעלן מיר אייך פאר א פרישן אשכול וואו איר קענט אריינשרייבן אלעס וואס פאראינטערסירט אייך נישט און איך ווילט בכלל נישט וויסן...

ובזה החלי:

איך וויל נישט וויסן

...וואס מיין שכן טוהט ביז עלף אזייגער, ווען ער רירט זיך ענדליך ארויס פון שטוב מיט טלית און תפילין

Advertisement

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 1:51 pm

אויב דו וואוינסט נעבן דיך, פארשטיי איך דיך זייער גוט פארוואס דו ווילסט נישט וויסן, איך בלעים דיך נישט, איך וואלט נישט אנדערש געהאנדלט.

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 1:57 pm

איך וויל נישט וויסען וואס יענער טראכט אויף אן אמת, ווייל דענמאלץ וואלט איך עס נישט אויסגעהאלטען

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:03 pm

איך וויל נישט וויסן וואס נאך קרעמער וויל נישט וויסן

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:06 pm

איך וויל נישט וויסן פון וואו מר. קליען נעמט אלע זיינע היכי תמצא'ס (א פליק פאר א פליק)

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:07 pm

איך וויל נישט וויסן פון וואו קרעמער נעמט אלע זיינע תגובות (א פליק פאר א פליק פאר א פליק)

עניוועי וואס איז שלעכט אז א מאמע העלפט?

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:25 pm

איך וויל נישט וויסן פארוואס קרעמער האט נאכנישט געעפנט ''אין די אשכול מעג מען שרייבן מער ווי פינף ווערטער'' אשכול.

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:37 pm

וואס וועט זיין מיט די זאכן וואס איך ווייס נישט צו איך וויל וויסן צו נישט

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:46 pm

דאס פארדינט אן עקסטרע אשכול

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:17 pm

און וואס איז מיט אן אשכול פאר "זאכן וואס איך ווייס" אוי דאס וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן..זינט יעדער ווייסט אלעס..

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:40 pm

איך וויל נישט וויסן וואס דער עולם טראכט ווען מען ליינט מיינע שטותים אויף אייוועלט

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:43 pm

איך וויל נישט וויסן , ווער ס'איז אלץ קאמפלעקס, ביי אונז אין קרעטשמע.

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:52 pm

פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט וויסן , ווער ס'איז אלץ קאמפלעקס, ביי אונז אין קרעטשמע.

למשל דאס וואלט מיך נישט געאהרט צו וויסן...

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:56 pm

איך ציטער צו טראכטן וואס קרעמער האט געטראכט פארן עפענען די אשכול..

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:16 pm

איך ווייס: לאמיר טראכטן א מיטל, וויאזוי יגר'ל זאל זיך ענדליך עפענען ס'פיסקל איינמאל פאר אלעמאל.

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 4:24 pm

נאך געבליבן א שלאס אין אפיס פון די הנהלה?

דאס איז אויך פון די זאכן וואס איך וויל נישט וויסן

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:20 pm

קרעמער האט געשריבן:אין ליכט פון די גרויסע הצלחה פונעם דערנעבנדיגן אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן", און אין ליכט (דאס איז שוין די צווייטע, איינס קעגן זכר און איינס קעגן שומער) פון די לעצטיגע סטיל אז מען פרובירט צו גרינדן אשכולות מיט קעפלעך וואס זענען אין קאנטראסט צום קעפל פונעם אנדערן אשכול, שטעלן מיר אייך פאר א פרישן אשכול וואו איר קענט אריינשרייבן אלעס וואס פאראינטערסירט אייך נישט און איך ווילט בכלל נישט וויסן...

ובזה החלי:

איך וויל נישט וויסן

...וואס מיין שכן טוהט ביז עלף אזייגער, ווען ער רירט זיך ענדליך ארויס פון שטוב מיט טלית און תפילין


לאל, איך זעה אז קיינער באמערקט נישט צווישן דיינע ווערטער דיין היינטיגן טוויט

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:23 pm

יא יא . איך יא. זכור ושומער בדיבור אחד נאמרו. אחד זכר ואחד נקבה.

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 6:06 pm

איך וויל נישט וויסן די טוויטער הענטלעך פון אייוועלט מיטגלידער

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 6:54 pm

יגעתי איך וויל נישט וויסן צו דו ביזט עס דארט אויפן אוועטער דיינעם

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 9:55 pm

קרעמער
נאך דיין ערשטע תגובה בינעך סך רואיגער....

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 10:08 pm

חחח

איך האב פערצופאל גערעדט פון א שכן דא אין קאנטרי, אבער עס איז גוט אז דו ביסט שוין רואיג

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 10:38 pm

איך וויל נישט וויסן צו קאדאפי איז ביי דער מאכט!

מאנטאג אוגוסט 22, 2011 11:03 pm

איך וויל וויסן וויאזוי דער עלעפאנט האט זיך אריינגעשטופט אינעם נאדל-לאך.

אופס, ראנג אשכול.

דינסטאג אוגוסט 23, 2011 10:40 am

מאשקע: viewtopic.php?p=439002#p439002
שרייב א תגובה

Advertisement