Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מרץ 20, 2007 9:42 pm

סאכדעס:
זיי נישט קיין נאר .
לאז נישט דיין ענטפער דרוקען דאס בייכל דיינער.

רייס צום "זונטאג אשכול" און ברעך אויס וואס דו האסט אויפן מאגען.

Advertisement

מיטוואך מרץ 21, 2007 10:58 am

אויף אזא פאל זאגט מען כיון דאידחי אידחי.

מיטוואך מרץ 21, 2007 11:35 am

סאכדעס האט געשריבן:אויף אזא פאל זאגט מען כיון דאידחי אידחי.


האסט דיך זייער גוט אויסגעדריקט אז מען זאגט, ווייל פון זאגן ביזן טוהן, איז א שיינער מהלך.

מאנטאג מרץ 26, 2007 9:26 am

לשם יחוד פון איכער

מאנטאג מרץ 26, 2007 9:36 am

אהה, סידאך טאקע מאנטאג היינט, א גוטן טאג טייערע אידן,

אזוי ווי נעכטען זונטאג האט עטס אלע שוווער געארבייט, דער פיזיש, מיטן קראצן די שוין גלאנציגע ציכטיגע ווענט, דער מיטן גיין העלפען דאס שטוב איינקויפן די פסח'דיגע ארדער, איינער האט געהאלפן דורך בעבי-סיטן דאס קליינטשיק'ס זיינעם, אזוי צו אזוי, האט איר שווער געארבייט, אלזא, נעמט די היינטיגע טאג גרינג, היינט מאנטאג ווען איר זענט אוועק פון שטוב, אפגעזינדערט ביי אייך אונעם אפיס, זיצט רואיג אויפן פאטעל, קעגן איבערען סקרין, גייט אריין צו 'היימישע קרעטשמע דאט קאם' און רוט אייך אויס די ביינער אביסל פונעם עבודת היום, איך בין אייך מבטיח, עס וועט נישט שאטן, (חוץ אויב די באאס לאזט נישט, פארשטייט זיך)

מאנטאג מרץ 26, 2007 12:34 pm

סאכדעס האט געשריבן:לשם יחוד פון איכער


WOW סאכדעס, איך גלייב קוים וואס איך זעה, דו האסט געשריבן היינט מאנטאג, אינעם מאנטאג'דיגן אשכול, ס'קומט זיך דיר א קניפ אין בעקל, דערמאן מיך ס'נעקסטע מאל וואס מיר טרעפן זיך.

מאנטאג מרץ 26, 2007 5:50 pm

אידן, איר קענט נאך אריין כאפן, ס'איז נאך פארן זמן, ניטאמאל די שקיעה, כאפט אריין רבותי, ס'איז נאך מאנטאג.

היינט איז מאנטאג, מארגן איז אויס, שרייבט א תגובה און גייט ארויס. (באקאנטע ניגון)

מאנטאג מרץ 26, 2007 5:59 pm

נעקסטע וואך מאנטאג וועט מען נישט קענענן שרייבען דא, כאפט אריין די וואך, אז נישט וועט איר מיזען ווארטען ביז צוויי וואכען ארום

די אלע וואס האבן געהאט אין חשבון צי שרייבען נעקסטע וואך מאנטאג, זאלן וויסען אז היינט איז די דעדליין פון פאר פסח!!!!!!!

מאנטאג מרץ 26, 2007 6:42 pm

און פארוואס - אויב מעג איך פרעגן - וועט מען נישט קענען שרייבן דא דעם קומענדיגן מאנטאג?

מאנטאג מרץ 26, 2007 6:44 pm

ווען וועט מען שרייבען??

ביינאכט דארף מע דאך שעפן מים שלנו, אין בודק חמץ זיין
אין צפרי, מוז דאך עסן חמץ ביזען זמן חמץ! סאו וואס בלייבט שוין איבער???

מאנטאג מרץ 26, 2007 6:48 pm

שמערל;
האסט מיך נאך אלץ נישט אפגעפרעגט. מי שאמר לשמן וידליק, דער וואס געט צייט אין א קורצן ערב שבת צו שרייבן, יאמר לחומץ וידליק, וועט שוין עפעס ערלעדיגן אויף ערב פסח אויך.

מאנטאג מרץ 26, 2007 6:50 pm

קענסט מיר געבן א גארנטי, אז די גייסט דא שרייבען נעקסטע וואך מאנטאג?????

מאנטאג מרץ 26, 2007 6:53 pm

יא. אבער די גאראנטי לויפט אפ ביז דריי טעג.

מאנטאג מרץ 26, 2007 6:56 pm

ביז דריי טעג, נאך נעקסטע וואך מאנטאג??

מאנטאג מרץ 26, 2007 6:57 pm

קענסט רעכענען אדער יא?
די דריי טעג ענדיגט זיך ל"ג בעומר.

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:00 pm

חא חא חא חא חא

שוין די ווען שוין מן הסתם נישט שרייבען אין די מאנטאג אשכול פאר פסח

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:03 pm

אי"ה יא. איך גיי יעצט איינשטעלן מיין פאלם זאל קלינגען ערב פסח כחצות היום. איך האף נאר אז איך וועל טראגן דעמאלטס מיין פאלם מיט מיר.

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:05 pm

איך בין גרייט צי געבען א גאראנטי, אז די גייסט נישט שרייבען דא ערב פסח,
נישט נאר די גייסט נישט דא , נאר איך גיי אויך נישט שרייבען דא

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:07 pm

דו מילא, אבער פארוואס איך אויך נישט?

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:08 pm

און נאך א זאך: דיין גאראנטי עקספייערט נישט?

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:08 pm

אז די וועסט שרייבען דא ערב פסח, ווען וועסטע אויסמישען די 'זאלץ וואסער' פארן סדר???

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:13 pm

מאשקע האט געשריבן:און נאך א זאך: דיין גאראנטי עקספייערט נישט?

תיקון טעות: צ"ל נאך א תגובה...
(און נאך איינס...)

מאנטאג מרץ 26, 2007 7:14 pm

סארי, אבער מיין גאראנטי האט שוין עקספייערט!!!!!

אבער קענסט עס נעמען אויף מיין ערן ווארט, שמערל זאגט נישט קיין ליגענט

מאנטאג מרץ 26, 2007 9:53 pm

אוי לאמיר אריינכאפן ס'לעצטע מינוטין

מאנטאג מרץ 26, 2007 10:59 pm

א שאד זיך צו טענה'ן, לאמיר זען נעקסטע מאנטאג, ווער ס'קען באווייזן וואס.
שרייב א תגובה

Advertisement