גריסן און שמועסן
מאנטאג פבואר 26, 2007 6:18 pm
צייטליך האט געשריבן:במחילת כבוד איך הער, כאב נישט פארשטאנען וואס די שרייבסט. אנטשולדיגט.
איר זענט באשולדיגט.
Advertisement
מאנטאג פבואר 26, 2007 7:42 pm
איך_הער;
קלאר אז נישט.
אקעי, עס איז נישט אזוי קלאר אז נישט.
אבער אן אומקלארע נישט איז עס עכ"פ זיכער.
על כן, אלזא, קומענדיגע וואך מאנטאג אי"ה (שושן פורים), שרייב עפעס אריין דא. האבנדיג וואס - אדער נישט.
דינסטאג פבואר 27, 2007 12:09 pm
צייטליך איי לאוו יור טעגיוואס.
דינסטאג פבואר 27, 2007 12:32 pm
איך האב מיך איינגעהאלטן נישט אריין צו רעדן דא, אבער סאכדעס דו האסט עס אפגעהארגעט, אמת'דיג, דו ווייסט טאקע נישט וואס ס'מיינט, מאנטאג'דיגע אשכול?
דינסטאג פבואר 27, 2007 12:33 pm
ניין אפשר ביסטו מיר מסביר? באלד וועסט מיר טרעפן אויך ביי די זונטאג'דיגע.
דינסטאג פבואר 27, 2007 12:38 pm
סאכדעס האט געשריבן:ניין אפשר ביסטו מיר מסביר? באלד וועסט מיר טרעפן אויך ביי די זונטאג'דיגע.
איך ווארן דיך שוין יעצט, זאלסט זיך נישט דערוואגן, אריין צו גיין אינעם זונטאג'דיגן אשכול, איך וועל עס בלי נדר נישט פארשווייגן, אין אונשין וכו'.
(לאמיר זען צו ער קען האבן א כח המעצר.)
דינסטאג פבואר 27, 2007 12:55 pm
איך_הער;
נאר אן הגה: אין עונשין - מיט אן עי"ן.
דינסטאג פבואר 27, 2007 1:16 pm
קרעמער האט געשריבן:איך_הער;
נאר אן הגה: אין עונשין - מיט אן עי"ן.
מיר ווייסן נישט אויב איר גייט אונז גלייבן, אבער מיר האבן דאס געטוהן פאר דווקא, ווייל דו ווייסט דאך, אז א הינט וואס בילט בייסט נישט.
דינסטאג פבואר 27, 2007 2:14 pm
נאך איין מזל, איך האב געמיינט אז עס איז געווען דאו לווקא, דערפאר האב איך מגיה געווען כדרכי.
מאנטאג מרץ 12, 2007 11:26 am
ב"ה, מ'האלט מער שוין ביים מאנטאג'דיגען טאג, אז מ'זוכט עפעס צו שרייבן פעלט נישט אויס אנציפילן אנדערע אשכולות מיט טענות אז קיינער שרייבט נישט, מ'קען אלעס דאהי אריינשרייבן, פארשטייט זיך אבער נאר פאר היינט, מאנטאג.
מאנטאג מרץ 12, 2007 11:30 am
פארשטייט זיך.
מאנטאג מרץ 12, 2007 11:44 am
צייטליך האט געשריבן:ב"ה, מ'האלט מער שוין ביים מאנטאג'דיגען טאג, אז מ'זוכט עפעס צו שרייבן פעלט נישט אויס אנציפילן אנדערע אשכולות מיט טענות אז קיינער שרייבט נישט, מ'קען אלעס דאהי אריינשרייבן, פארשטייט זיך אבער נאר פאר היינט, מאנטאג.
א ריכטיגע פוינט.
אבער אזוי ווי דו ענדיגסט, אויסדרוקליך נאר פאר היינט, איך האף אז די אויבער חכמים וועלן אויספאלגן.
מאנטאג מרץ 12, 2007 2:47 pm
א גוטן מאנטאג.
מאנטאג מרץ 12, 2007 2:50 pm
א בעסערן.
מאנטאג מרץ 12, 2007 2:57 pm
איך ווארט שוין קוים דער מאנטאג זאל אפטראגן..
מאנטאג מרץ 12, 2007 3:04 pm
וואס האסטו אזוי קעגן דעם מאנטאג?
מאנטאג מרץ 12, 2007 3:33 pm
ער האט עפעס קעגן מיר...איך וויס נישט פארוואס
מאנטאג מרץ 12, 2007 3:37 pm
כ'האב אמאל געזעהן א קליפ וויאזוי ס'קוקט אויס א מאנטאג טאג אין די ארבייט, ווי אלעס גייט קאפויער,
כ'וועל עס בלי נדר, נישט אום שבת גערעדט, ארויפלייגן דא, כשיבוא יונה.
מאנטאג מרץ 12, 2007 3:47 pm
לייג עס טאקע נישט אום שבת. חוץ טאמער ביזטו אין אוקריינע...
מאנטאג מרץ 12, 2007 4:32 pm
מאשקע, וואס הערט זיך? וואו וואוינסטו? אין קרית יואל? אויב יא פארסטו אפשר היינט קיין ווילי?
מאנטאג מרץ 12, 2007 4:51 pm
ב"ה. אין קרית יואל. יא. ניין.
מאנטאג מרץ 12, 2007 4:56 pm
אה שערקויעך פארן זיך אנרופן.
מאנטאג מרץ 12, 2007 5:21 pm
סאכדעס, איך וואוין און וויליאמסבורג, איך פאר נישט ארויס אויף קרית יואל היינט, מילא קענסטו מיך נישט ניצן פאר א וועג צירוק,
מאנטאג מרץ 12, 2007 5:29 pm
סאכדעס, ווארשיינליך קענסטו מיך אויך נישט ניצן היינט.
מאנטאג מרץ 12, 2007 5:30 pm
איזאק האט געשריבן:איך ווארט שוין קוים דער מאנטאג זאל אפטראגן..
פארוואס, ווייל דו ווילסט ווייזן אז דו גייסט דווקא יא שרייבן דא?